רוי:אבר מן החי
דינים | |
---|---|
מצווים | אלע מענטשן |
תקופה | אלעמאל (גייט אן בזמן הזה) |
מקום | איבעראל |
עונש במזיד | מלקות |
בין | אדם למקום |
מוני המצוות | |
ספר המצוות להרמב"ם | ספר המצוות, לאו קפ"ב |
ספר החינוך | ספר החינוך, מצוה תנ"ב |
סמ"ג | סמ"ג לאו קל"ו |
די מצוה אין ספר מצוות ה', אויף דעת זייטל | |
מקורות | |
מקרא | בראשית ט, ד; דברים יב, כג |
משנה תורה | משנה תורה לרמב"ם, הלכות מאכלות אסורות, פרק ה' |
שולחן ערוך | שולחן ערוך, יורה דעה, סימן ס"ב |
אבר מן החי איז א פארבאט צו עסן פון א גליד וואס איז אראפגענומען געווארן ביים לעבן פון א בעל חי, אויך ווען דער באשעפעניש איז דערנאך געשטארבן. דער איסור ווערט אויך אויסגערעכנט צווישן די שבע מצות בני נח, און נישט-אידן זענען אויך באפוילן דערויף.
אנדערש ווי בשר בחלב איז אבר מן החי מותר בהנאה, און מעג ווערן געניצט פאר אנדערע געברויכן חוץ פון עסן[1].
דער איסור און מקור
דער איסור ערשיינט ערשט צווישן די שבע מצות בני נח צוזאמען מיט'ן היתר צו עסן פלייש: "אַךְ בָּשָׂר בְּנַפְשׁוֹ דָמוֹ לֹא תֹאכֵלוּ"[2]. עס ווערט ווידער דערמאנט באזונדער פאר אידן אין ספר דברים, ביי די פסוקים וועלכע ערלויבן "בשר חולין": "וְלֹא תֹאכַל הַנֶּפֶשׁ עִם הַבָּשָׂר"[3]. דער איסור איז געבליבן אויך פאר נישט-אידן[4].
דער עונש פאר איינער וואס איז עובר דעם לאו, און עסט דערפון א כזית, איז מלקות[5].
טעם
דער טעם פונעם מצוה איז: כדי מיר זאלן זיך נישט איינגעוואוינען מיט די מידה פון אכזריות, וואס איז א געמיינע מידה, און באמת איז נישט פארהאן נאך אזא אכזריות אין די וועלט ווי אפשניידן א גליד אדער פלייש פון א לעבעדיגע באשעפעניש און דאס עסן... (ספר החינוך, מצוה תנ"ב).
דינים
די בעלי חיים
עס איז פארהאן א מחלוקת תנאים ביי וועלכע בעלי חיים עס גייט אן דער איסור פון אבר מן החי[6]:
- רבי יהודה און רבי אלעזר האלטן אז דער איסור גייט אן ביי טהור'ע און טמא'נע בהמות, חיות און עופות צוגלייך.
- די חכמים האלטן אז עס גייט אן נאר ביי טהור'ע בהמות חיות און עופות.
- רבי מאיר האלט אז נאר ביי טהור'ע בהמות.
מיר נעמען אן אז דער איסור גייט אן בלויז ביי טהור'ע - בהמות, חיות און עופות[7]. עס גייט אבער נישט אן ביי טמא'נע באשעפענישן, וויבאלד זיי ווערן נישט מותר מיט שחיטה, און אויך נישט ביי פיש און היישעריק[8], וויבאלד זיי דארפן נישט האבן קיין שחיטה[9]. דער איסור גייט דעריבער אויך נישט אן ביי א בן פקועה, וואס דארף אויך נישט גע'שחט'ן ווערן[10].
עס איז פארהאן א מחלוקת ראשונים צי עס גייט אן דער איסור אבר מן החי ביי גלידער פון א לעבעדיגער מענטש[11]. טייל ראשונים האלטן אז וויבאלד עס ווערט נישט מותר נאכ'ן טויט, איז אבר מן החי נישט פעליג[12], אבער אנדערע ראשונים האלטן אז דער איסור גייט אן אויך ביי א מענטש[13].
דאס לעבן
עס איז פארהאן א מחלוקת תנאים איבער די שטאנד פון א לעבעדיגע בהמה. צי "בהמה בחייה לאברים עומדת", אז פונקט ווי נאכ'ן שחיטה, שטייט א בהמה פון געבוירן אָן, אויפ'ן ציל צו ווערן געשניטן אויף באזונדערע גלידער צום עסן; אדער "בהמה בחייה לאו לאברים עומדת", דאס הייסט, ווי לאנג זי איז נאך ביים לעבן ווערט זי נאכנישט באטראכט ווי אברים, נאר נאכ'ן פאקטיש אראפנעמען דערפון אן אבר.
אין גמרא[14] ווערט אויסגערעכנט צוויי אקטועלע מחלוקת'ן וואס קומען ארויס פון די צוויי קוק־ווינקלען: די ערשטע איז א מחלוקת ביי א מענטש וואס שלינגט איין א גאנצע לעבעדיגע באשעפעניש. רבי אלעזר ברבי שמעון האלט אז "לאברים עומדת", און דערפאר האט ער עובר געווען אויפ'ן איסור אבר מן החי. ווידער רבי, האלט אז "לאו לאברים עומדת", און מען איז נישט עובר דערויף.
נאך א מחלוקת קומט ארויס, ווען איינער עסט אן אבר פון א באשעפעניש וואס איז טריפה, וואס רבי יוחנן האלט אז מען איז עובר סיי אלס טריפה און סיי אלס אבר מן החי, און ריש לקיש האלט מען איז עובר נאר אויף טריפה. לויט איין ערקלערונג אין גמרא איז די מחלוקת אפהענגיג אין די וועג א לעבעדיגע באשעפעניש ווערט באטראכט. לויט רבי יוחנן איז זי "לאברים עומדת", און גראד ביים געבוירן ווערן, איז פעליג דערויף ביידע איסורים, טריפה און אבר מן החי; ווידער ריש לקיש האלט "לאו לאברים עומדת", און וויבאלד דער כלל לויטעט אז "אין איסור חל על איסור" איז דער איסור פון טריפה גלייך פעליג, אבער די איסור אבר מן החי האט געזאלט שפעטער צוקומען ביים אפרייסן די גליד.
א טויטע באשעפעניש וואס ווארפט זיך נאך, אויב איז עס כשר גע'שחט'ן געווארן איז עס מותר געווארן מיט'ן שחיטה, און עס איז נישטא דערביי דער איסור אבר מן החי; אויב איז עס נישט כשר גע'שחט'ן געווארן איז א מחלוקת אין גמרא[15] צי עס הייסט נאך לעבעדיג און מען איז עובר אדער נישט[אויסקלארונג פארלאנגט].
חידוש
בני נח
דרויסנדיגע לינקס
- דער ערך "אבר מן החי", אין מיקרופדיה תלמודית, אויף ויקישיבה
- אבר מן החי אויף "דעת" זייטל.
רעפערענצן
- ↑ פסחים כב, ב
- ↑ בראשית ט, ד
- ↑ דברים יב, כג; ספרי פיסקא עו
- ↑ סנהדרין נט, א
- ↑ משנה, טהרות א, א
- ↑ תוספתא, מסכת חולין, פרק ז', הלכה ט'; חולין קא, ב - קב, א
- ↑ שולחן ערוך, יורה דעה, סימן ס"ב, סעיף א'
- ↑ תוספתא, מסכת תרומות, פרק ט', הלכה ו'
- ↑ משנה תורה לרמב"ם, הלכות שחיטה, פרק א', הלכה ג'. זעט אבער שבת צ, ב אז מען טאר נישט עסן פון א לעבעדיגע היישעריק צוליב בל תשקצו.
- ↑ טורי זהב, יורה דעה, סימן י"ג, סעיף קטן ג'
- ↑ מנחת חינוך, תנ"ב
- ↑ שו"ת הרשב"א ח"א, סימן שס"ד
- ↑ ריטב"א, כתובות ס, א
- ↑ חולין קב, ב—קג, א
- ↑ חולין קכא, ב
שבע מצוות בני נח | |
---|---|
|
כשרות | ||
---|---|---|
כשרות הבשר | אבר מן החי • טרפה • סירכא • גיד הנשה • צומת הגידים • סימני הכשרות • עופות טמאים • זרוע, לחיים וקיבה • חֵלֶב • שחיטה • הכשרת בשר • דם • בשר שנתעלם מן העין | |
מצוות התלויות בארץ | שמיטה • יובל • טבל • תרומות ומעשרות • הפרשת חלה • איסור חדש • איסור ערלה • נטע רבעי • כלאי הכרם • פאה • מתנות עניים • ביכורים | |
איסור מאכלי נוכרים | חלב, גבינת וחמאת נוכרים • יין נסך • פת עכו"ם • בישולי גויים | |
הכשרת כלים | טבילת כלים • הגעלת כלים • ליבון קל וחמור • נעיצה | |
איסורים נוספים | בשר בחלב • אכילת דג עם בשר • אכילת דג עם חלב • חמץ וקטניות בפסח • תולעים • לינת לילה במאכלים • משקים שנתגלו | |
דינים כלליים | איסור והיתר • תערובת • מיעוט המצוי • נותן טעם • נותן טעם לפגם • נ"ט בר נ"ט • דבר חריף • דבר דעביד לטעמא • מעמיד • ביטול איסור לכתחילה • כבוש כמבושל | |
כשרות בעת החדשה | ירקות ללא חרקים • ג'לטין • משגיח כשרות • שטירל • בראקל |
קלארשטעלונג: די אינפארמאציע אויף המכלול איז בלויז פאר בארייכערונג און זאל נישט געזען ווערן ווי א פסק הלכה.
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |