שמועס:אייוועלט

פון המכלול
ווערסיע פון 06:07, 19 סעפטעמבער 2024 דורך רושם רשימות (שמועס | ביישטייערונגען) (←‏נאמען: ענטפער)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

לעצטע תגובה: פֿאַר 2 חדשים פון רושם רשימות אין די טעמע נאמען
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

נאמען

אין אישי האט מיר איינער אנגעמערקט אז דער נאמען זאל זיין אייוועלט. וואס זאגט דער עולם? דער אפיציעלער נאמען איז "אידישע וועלט", און כ'מיין אז ווען דער וועבזייטל ווערט ציטירט, ווי למשל אין מאמענט, רופן זיי דאס "אידישע וועלט". פארשטייט זיך אז דער פארשפרייטער כינוי איז אייוועלט ווי איר (נייערע) דאמעין. וואס זאגט דער עולם? —תנא קמא 📖 💬 02:20, 2 יוני 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]

אויב ווערט עס טאקע ציטירט אין מאמענט אלס די "אידישע וועלט", קען מען דן זיין; סתם אזוי, איז לענ"ד פשוט אז עס דארף הייסן אייוועלט.
אזוי איז אין יעדן פאל וואו דער צונאמען האט גענצליך איבערגענומען און פארטריבן דעם אפיציעלן נאמען, וואס דער אפיציעלער נאמען ווערט בסך הכל דערמאנט ביים אריינפיר, (ווי אין העברי: אייוועלט (באנגלית : iVelt; בשמה המלא: אידישע וועלט פארומס)”. דא איז נאך מער אזוי, ווייל "אידישע וועלט" איז בעצם א ברייטערע באגריף וואס האט עקזיסטירט בעפאר אייוועלט און וועט עקזיסטירן דערנאך. ווען א איד פרעגט "וואס קאכט זיך עפעס אויף דער אידישער וועלט?" מיינט ער נישט צו פרעגן איבערן צושטאנד פון די "אקטיווע אשכולות" אויף אייוועלט...
און אויב שוין דער פולער, אפיציעלער, נאמען, פארוואס נישט "אידישע וועלט פארומס"? — צמא לדעתשמועס • כ"ה אייר ה'תשפ"ד 06:30, 2 יוני 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]
איך מיין אויך אז "אייוועלט" איז דער פאסיגער נאמען, ווי עס ווערט גערופן בלשון הציבור. ~ תכליתשיחה • כ"ה אייר ה'תשפ"ד 11:08, 2 יוני 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]
גא"מ. דער פארמאלער נאמען "אידישע וועלט" איז דאכט זיך נאר געבליבן אין מאמענט. ספריאל (שמועס) 15:46, 2 יוני 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]
אויב איך מעג נעמען די רשות לחלוק, אין מיינע אויגן איז יא מסתבר אז דער נאמען זאל זיין דער אפיציעלער נאמען, וויאזוי דער וועבזייטל אליינס אידענטיפירט זיך, אויף זייער הויפט בלאט און אריינפיר. און דורכאויס דעם ארטיקל קען מען נוצן דעם כינוי/צונאמען וויאזוי אלגעמיינער עולם רופט דאס אן, וואס אין דעם פאל איז דאס דעם נאמען פונעם דאמעין. רושם רשימות (שמועס) 17:53, 2 יוני 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]
מיינסט "אידישע וועלט פארומס, איא? עברי אנכי (שמועס) 18:05, 2 יוני 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]
כאלאמעקעס עטס! די סיבה פארוואס מאמענט ניצט אידישע וועלט איז כדאי נישט צו זיין אזוי בולט... אליעזר קרויס האט קלאר אזוי געזאגט, אז עס איז אים גרינגער צו רעדן פון "שרייבער אין די אידישע וועלט" דמשתמע לתרי אנפין. שווערמער (שמועס) 18:14, 2 יוני 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]
ריכטיג רושם רשימות (שמועס) 18:39, 2 יוני 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]
איך ווייס נישט וועלכע איז ריכטיג, אבער איך האב נאך קיינמאל נישט געזוכט דעם פארום דורכן שרייבן 'אידישע וועלט' וכו' איך שרייב אלעמאל אייועלט, למאי נ"מ וואס איז דער נאמער אינעווייניג? נאר איך ~ שמועס ~ כ"ו אייר ה'תשפ"ד ~ 00:22, 3 יוני 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]
דער ויכוח איז ווי ווייט 'ענציקלאפעדיש' זאל אונזער ענציקלאפעדיע זיין. דאס איז אן אלגעמיינער ויכוח וואס באלאנגט לאו דוקא דא. ספריאל (שמועס) 11:37, 3 יוני 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]
אויב איז דער ויכוח צווישן "אידישע וועלט פארומען" און "אייוועלט", אולי; אבער "אידישע וועלט" גרידא איז לדעתי פשוט אומריכטיג אזוי צי אזוי. — צמא לדעתשמועס • כ"ו אייר ה'תשפ"ד 11:53, 3 יוני 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]
אויף וואס ווארט מען? שווערמער (שמועס) 19:00, 3 יוני 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]
איך האלט נישט אז די נאמען "אייוועלט" נעמט אוועק א כי הוא זה פון די אנציקלאפעדישקייט, ווען יא וואלט איך געווען אויסגעשפראכן דערקעגן. שווערמער (שמועס) 19:04, 3 יוני 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]
שוין דא היינט א בוך אויפ׳ן מארק (״בעסערער טאטע״) וואס רופט דעם זייטל ״אידישע וועלט״. נו שוין...
אגב, קען מען טאקע דערמאנען דעם בוך אינעם ארטיקל. @רושם רשימות. —תנא קמא 📖 💬 04:05, 19 סעפטעמבער 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]
און כנ"ל איז עס כדי נישט ארויסצושטיין מיטן ווארט "אייוועלט", וואס הערט זיך זייער מאדנע און גוי'ש פאר די וואס דרייען זיך נישט דארט ספריאל (שמועס) 04:09, 19 סעפטעמבער 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]
אויב ברענגט מען שוין ראיות פון דרויסנדיגע פלעצער. אין השומרים און אין קרית יואל קיאסקן תקנות שטייט יא "אייוועלט"... רושם רשימות (שמועס) 04:55, 19 סעפטעמבער 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]
ברענג טאקע אריין אינעם בלאט די תקנות. ספריאל (שמועס) 05:01, 19 סעפטעמבער 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]
צוגעלייגט. כ'בין נישט זיכער אז ס'קומט טאקע אריין... רושם רשימות (שמועס) 06:07, 19 סעפטעמבער 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]