רבי שמעיה גרינבוים
רבי שמעיה גרינבוים איז געווען א תלמיד חכם און מרביץ תורה אין וויליאמסבורג, און פון די באוואוסטע פרומע גרויסע מחברים פון ספרים אין דער היינטיגער תקופה.
ביאגראפיע
רבי שמעיה איז געבוירן אין יאר תש"ז פאריז צו רבי יודא ארי' גרינבוים, און חנה בת רבי שמעיה גרינפעלד, אלס קינד האט ער געלערנט אין דער ליובאוויטשער ישיבה אין פאריז. שפעטער איז ער אנגעקומען קיין וויליאמסבורג, וואו ער איז געווען פון די ערשטע תלמידים פון סאטמארער תלמוד תורה אין קראון הייטס.
אלס בחור האט ער געלערנט אין סאטמארער ישיבה, און איז געווען א נאנטער תלמיד פון סאטמארער רבי, רבי יואל טייטלבוים. ער האט חתונה געהאט צו א טאכטער פון רבי ישראל אלטר הכהן וויינשטאק.
ער איז נפטר געווארן שב"ק פר' קרח, אדר"ח תמוז ה'תשפ"ד.
הרבצת התרה
תיכף נאך זיין חתונה האט ער אנגעהויבן פארלערנען שיעורי תורה אין סאטמאר בית המדרש, וואס איז געווארן מער פארברייטערט, ער האט פארגעלערנט שיעורים אויף ש"ס, אויף די פרשה, און א באזונדערע שיעור אויף נ"ך. זיינע שיעורים זענען געווען אויסגערופן מיט א געוואלדיגע קלארקייט און געשמאק.
ער איז געווען א דיין פון התאחדות הרבנים, און אין לפידות באנגלאו קאלאני.
אין יאר תש"ל, האט ער ארויסגעגעבן זיינע חידושים אויף מסכת שבת, און מסכת סוכה. און ער האט ארויסגעגעבן ספרים פון ראשונים וואס ער האט אויפגעזעצט און מגיה געווען[1].
אין יאר תשל"ב, נאכ'ן איבערלעבן א טראגישע שריפה, האט ער אנגעהויבן ארויסגעבן די פירוש סייעתא דשמיא אויף מסכתות משניות, וואס איז געווארן שטארק אויפגעכאפט און ווערט געלערנט בכל תפוצות ישראל.
תשנ"ו האט ער ארויסעגעבן א ספר "בירור דברים" קעגן דאס זיך באטייליגן ביי די בחירות אין מדינת ישראל.
נאך די הסתלקות פון רבי משה טייטלבוים פון סאטמאר, האט ער זיך געהאלטן נוטראל, און נישט גענומען קיין שטעלונג איבער די הנגהגת האדמורות. טראץ וואס ער האט ווייטער פארגעלערנט די שיעורים אין בית המדרש אויף ראדני סטריט פון רבי זלמן לייב און האט זיך באטייליגט ביי פילע מעמדים פון די קהילה, האט ער אויך געבעבן שיעורים ביי די בתי מדרשים פון די קהילה פון רבי אהרן, און האט זיך משתתף געווען ביי די מעמדים.
די לעצטערע חדשים פון זיין לעבן איז ער געווען נישט געזונט, און ער איז נפטר געווארן שב"ק פר' קרח, אדר"ח תמוז ה'תשפ"ד. זונטאג דערויף איז פארגעקומט זיין לוויה אין סאטמאר בית המדרש אויף ראדני סט. אין וויליאמסבורג, דערנאך אין קאנטרי לפידות, און פארנט פון בית המדרש הגדול אין קרית יואל, מיט הספדים טראץ ראש חודש, צווישן אנדערע האבן מספיד געווען די צוויי סאטמארער רבי'ס, רבי משה שטערנבוך, און רבי אליקים שלעזינגער. ער איז געקומען לקבורה אין בית החיים אין קרית יואל, סמוך ונראה צום ציון פון סאטמארער רבי רבי יואל טייטלבוים.
זיינע ספרים
- רבי שמעיה גרינבוים, משניות עם פירוש סייעתא דשמיא פיר בענדער, אויף אוצר החכמה
- רבי שמעיה גרינבוים, חומש עם פירוש סייעתא דשמיא - שמות, אויף אוצר החכמה
- רבי שמעיה גרינבוים, סייעתא דשמיא, ירושלים, תש"ל, מסכת שבת.
- רבי שמעיה גרינבוים, בירור דברים, ירושלים: מחלקת ההסברה שע"י היהדות החרדית בארה"ק, תשנ"ו
- שיעורי הרב שמעיה גרינבוים אויף "קול הלשון".
משפחה
- זיין זון רבי מענדל הערש, רב פון בית המדרש הגדול אין לאוער איסט סייד, איידעם פון רבי אפרים אשרי.
- זיין איידעם רבי אהרן צבי ראזענבוים רב פון קהילת נאנאש אין ויליאמסבורג, אייניקל פון רבי יצחק אייזיק ראזענבוים פון זוטשקא.
- זיין איידעם רבי שלום יוסף חיים פריעד אב"ד קראסנא אין בארא פארק, אייניקל פון רבי הלל ליכטנשטיין פון קראסנא.
- זיין איידעם רבי אליהו פאדווא, זון פון רבי משה חיים אפרים פאדווא רב התאחדות קהלות החרדים אין לאנדאן.
צו ליינען מער
- "בד"ה הרה"ג רבי שמעי' גרינבוים זצ"ל מח"ס סיעתא דשמיא פירוש על משניות", אשכול אויף אייוועלט
- תורה חגרי שק: הגה"צ חו"פ רבי שמעי' גרינבוים זצ"ל בעל "סייעתא דשמיא" נפטר געווארן, אויף דער איד טעגליך
- בילדער גאלעריע, אויף וויליאמסבורג 365 וועבזייטל
דרויסנדיגע לינקס
רעפערענצן
- ↑ סייעתא דשמיא - תלמיד הרשב"א ביצה, הקדמת המחבר