רוי:יהודה בן טבאי
יהודה בן טבאי, איז געווען א תנא, וואס ווערט דערמאנט דריי מאל אין משניות.
זיין צייט
יהודה בן טבאי איז געווען פון דריטן דור זוגות,[1] פון פינפטן דור נאך די אנשי כנסת הגדולה.[2]
דריטער זוג
אין דער משנה שטייט אז יהודה בן טבאי איז געווען דער נשיא פון די סנהדרין, און שמעון בן שטח איז געווען דער אב בית דין, די גמרא ברענגט א ברייתא אז דאס איז דער מיינונג פון רבי מאיר, אבער די חכמים האלטן פארקערט, יהודה בן טבאי איז געווען דער אב בית דין, און שמעון בן שטח איז געווען דער נשיא. צווישן זיי איז ווייטער אנגעגאנגען דער מחלוקת אין הלכה צווישן די חכמי ישראל, צו מען מעג סומך זיין אין יום טוב, יהודה בן טבאי האט געהאלטן אז נישט, און שמעון בן שטח האט געהאלטן אז יא.[3]
איבער אים
יהודה בן טבאי און שמעון בן שטח האבן אנגעפירט א שווערן קאמף קעגען די צדוקים, די גמרא פארציילט אז יהודה בן טבאי האט אמאל געהרגעט אן עד זומם, אויף צו ווייזן אנדערש ווי די צדוקים, דאך האט שמעון בן שטח אים אויף געקלערט זיין טעות, זייט דעמאלס האט יהודה בן טבאי אויף זיך גענומען מער נישט צו פסק'ענען קיין הלכה, נאר אין אנוועזנהייט פון שמעון בן שטח, און יעדן טאג איז ער געגאנגען וויינן אויף דעם קבר פון דעם געהארגטן.[4]
אין משניות
- מסכת חגיגה פרק ב' משנה ח', יהודה בן טבאי אומר, שלא לסמוך, שמעון בן שטח אומר, לסמוך, וכו'
- מסכת אבות פרק א' משנה ו', יהודה בן טבאי ושמעון בן שטח קבלו מהם, יהודה בן טבאי אומר, אל תעש עצמך כעורכי הדינין, וכשיהיו בעלי דינין עומדין לפניך, יהיו בעיניך כרשעים, וכשנפטרים מלפניך, יהיו בעיניך כזכאין, וכו'
זעט אויך
רעפרענצען