רבי יקותיאל יהודה מייזליש

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש


פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אישיות רבנית

פאראמעטער [ חיבוריו, מקום לידה ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

רבי יקותיאל יהודה מייזליש
געבורט ל' שבט ה'תרפ"ט
פטירה כ"ד אדר א' ה'תשפ"ד (אלט: 95)
מדינה ניו יארק
טעטיגקייט אָרט סי געיט
השתייכות חסידות
תחומי עיסוק רב
חתנים רבי יוסף צבי דושינסקיא

רבי יקותיאל יהודה "זלמן לייב" מייזליש איז געווען א חסיד'ישער רב און א בעל דרשן, ער האט געדינט פאר צענדליגע יארן אלס רב פון סיגעיט אין ברוקלין, ניו יארק. מחבר פון די ספרים "בנין יקותיאל" און "זר זהב".

ביאגראפיע

ער איז געבוירן ל' שבט תרפ"ט אין ניימארק צו רבי צבי הירש, דער רב אין שטאט, און הענא זיסל, טאכטער פון רבי חיים יעקב טייטלבוים[1], לימינעווער רב און איידעם פון רבי שלמה האלבערשטאם פון באבוב. ביים ברית איז ער גערופן געווארן נאך זיין מאמענ'ס זיידן, דער סיגעט'ער רב רבי יקותיאל יהודה טייטלבוים. אין יאר תר"צ האט זיך זיין משפחה אריבער געצויגן קיין ווייטצען, וואו זיין פאטער איז אויפגענומען געווארן אלס רב פון שטאט. אלס בחור האט ער געלערנט אין זיין זיידן רבי דוד דוב מייזליש'ס ישיבה אין אוהעל. רבי דוד דוב'ס רביצין איז געווען רויזא בלומא, טאכטער פון רבי משה יוסף טייטלבוים, אייניקל פון ישמח משה, און איידעם פון רבי דוד'ל קרשאנובער - צאנזער רב'ס זון.

אין זיין יוגנט האט ער זיך באקענט מיט רבי שלום אליעזר'ל ראצפערטער, ביים קומען נאכקוקן דעם קלויזענבורגער רב'ס זון, ליפא'לע, וועמען מען האט אנגעטראגן פאר זלמן לייב'ס שוועסטער[2].

ביים חורבן

אין יאר תש"ד, לערנענדיג אין אוהעלער ישיבה, איז ער געכאפט געווארן דורך די נאציס ימ"ש, און ער איז פארשיקט געווארן צום געטא[3] אינאיינעם מיט זיין זיידן רבי דוד דוב און זיין באבן רויזא בלומא. רבי זלמן לייב האט מצליח געווען צו אנטלויפן קיין ווייטצען און זיך צוריק קערן צו זיינע עלטערנ'ס הויז. נאך א קורצן וויילע איז ער ווידער געכאפט געווארן אינאיינעם מיט דער גאנצער משפחה און די ארטיגע איינוואוינער קיין בודאפעשט. צוויי וואכן דערויף האט מען זיי געפירט צום אוישוויץער לאגער; דארט איז ער אריינגענומען געווארן אינעם "קינדער לאגער". ערב ראש השנה איז ער געפירט געווארן מיט נאך קינדער אינעם עלטער פון 14–18 צום סעלעקציע, און געשיקט געווארן צום טויט. בדרך נס ער איז געראטעוועט געווארן, און ער איז געשיקט געווארן צו ארבעטן אינעם קאך פונעם לאגער. ארבעטנדיג דארט פלעגט ער ברענגען עסן פאר זיין טאטן און נאך אידן מיט מסירות נפש.

סוכות האט ער געגעסן מיט מסירות נפש א כזית אין א סוכה וואס זיין פאטער האט געבויט אינעם לאגער. ער איז געשלאגן געווארן מערדליכע קלעפ און געבליבן לעבן בנס[4]. נאך א תקופה איז ער מיט נאך פופציג אידן גענומען געווארן צו ארבעט לאגערן אין דייטשלאנד, און ער האט איבערגעלעבט די קריג.

אין אמעריקע

נאכ'ן חורבן האט ער זיך אריבערגעצויגן קיין אמעריקע וואו ער איז געווען פן די ערשטע תלמידים אינעם באבובער ישיבה וואס רבי שלמה האלבערשטאם, דער באבובער רב, האט אויפגעשטעלט גלייך נאכ'ן קריג. פון דאן אן איז ער געווען מקושר צו רבי שלמה'לע ביז סוף ימיו. ער האט זיך אויך געדרייט ביים סאטמארן רבי'ן, רבי יואל טייטלבוים, וואס האט אים מקרב געווען. ווען זיין טאטע,, ער האט זיך אריבערגעצויגן קיין שיקאגא אינאיינעם מיט זיין טאטן, דער ווייטצנער רב, וועלכער איז אויפגענומען געווארן אלס ארטיגער חרד'ישער רב. ער האט דעמאלט געדינט אלס א מגיד שיעור און מלמד און די ארטיגע תלמוד תורה. אזוי אויך האט ער אויפגעשטעלט א בית מדרש. ער האט חתונה געהאט מיט'ן רביצין לאה רילא, א טאכטער פון רבי בנימין חיים פעלדמאן, א תלמיד פון רבי מאיר שפירא, דער לובלינער רב, און שווער בזיווג שלישי פונעם ירושלימער רב, רבי יצחק טוביה ווייס. נאך זיין חתונה האט ער זיך באזעצט אין קראון הייטס, נעבן דעם ליובאוויטשער צענטער אויף 770[5], ער האט דארט אויפגעשטעלט א בית מדרש אין זיין הויז. נאך עטליכע יאר האט ער זיך געצויגן קיין בארא פארק און אויפגעשטעלט א בית מדרש אויפ'ן 18'סטן עוועניו[6].

אין יאר תשל"ז איז ער אויפגענומען געווארן אלס רב פון די חרד'ישע קהילה אין סיגעיט נאכ'ן זיך דורך רעדן מיט'ן סאטמארער רבי'ן, און אין יאר תשל"ח האט ער זיך ענדליך באזעצט דארט און אנגעפירט זיין בית מדרש און קהילה ביז סוף ימיו. ער האט דארט עוסק געווען אין כשרות, מקוואות, און נאך פארשידענע אידישקייט באדערפענישן.

נאך האריקעין סענדי אין יאר 2012, ווען דאס סיגעיט איז חרוב געווארן, האט ער שטארק געטון עס אויפצושטעלן פון דאסניי, און צוריקברענגען די ארטיגע אידן וואס זענען אנטלאפן[7].

ער איז געווען נאנט צו רבי חיים זאנוויל אבראמאוויטש פון ריבניץ, וואס האט א תקופה קובע מקום געווען מושבו אין סיגעיט[8][9].

הרב מייזליש איז געווען ברייט באקאנט מיט זיין נועם לשון, ער האט אסאך אויפגעטראטן מיט דרשות און סיפורי צדיקים, בעיקר פאר קינדער, וואס האבן געטרונקען מיט דארשט זיינע פערל-ווערטער.

ער איז נפטר געווארן כ"ד אדר א' תשפ"ד און ער איז באערדיגט געווארן אינעם סאטמארער חלקה אין ניו דזשערסי. אלס ממלא מקומו ברבנות איז אויפגענומען געווארן בנו הגדול רבי דוד דוב, וואס איז שוין אין די לעצטע יארן געשטאנען לימין אביו הגדול מיט די רבנות'שאפט און אויך געדינט אלס רב הצעיר ד"קהל יראים" סיגעיט[10].

זיינע ספרים

משפחה

זיין יונגע טאכטער ריזל ברכה איז נפטר געווארן בחייו.

  • זיין שוואגער גאב"ד ירושלים רבי יצחק טוביה ווייס.
  • זיין שוואגער דער מאנטעווידעער רב רבי חנינא אברהם לייטנער.
  • זיין זון און ממלא מקום רבי דוד דוב דער נייער געקרוינטער סיגעיטער רב, מחבר פון "פאר דוד", "אוצר השבת" און "אוצר המועדים".
  • זיין זון רבי יעקב שלמה, לימנובער רב, משפיע, און דרשן[14]. חתונה געהאט צו יוכבד אסתר, טאכטער פון רבי יוסף גרינוואלד פון פאפא.
  • זיין זון רבי שמעון זאב, רב בית המדרש "ישמח משה" אין שכונת ברך משה אין קרית יואל. חתונה געהאט צו הינדא, טאכטער פון רבי אהרן טייטלבוים פון סאטמאר.
  • זיין זון רבי יוסף משה, דער לאסקער רב.
  • זיין זון רבי פנחס מרדכי, דומ"צ סיגעיט.
  • בתו הענא זיסל, חתונה געהאט צו רבי יעקב אליהו אונסדארפער, גאב"ד וראש ישיבת ראשית חכמה מונטריאל, זון פון רבי שמואל אלכסנדר.
    • זייער איידעם הרב מאיר משולם האלבערשטאם, יונגסטער זון פון רבי צבי אלימלך פון צאנז.
  • זיין איידעם רבי יחזקאל מייזליש, אב"ד אוהעל.
  • זיין טאכטער מרים ביילא, חתונה געהאט צו רבי יחזקאל הורוויץ, רב קהל קנין תורה שטראסבורג אין פלעטבוש, זון פון רבי אברהם דוד.
  • זיין טאכטער חיה שיינדל, חתונה געהאט צו רבי יוסף צבי דושינסקיא.
  • זיין טאכטער יוכבד רחל, חתונה געהאט צו רבי אברהם יהודה לעוו, רב און ראש ישיבה פון 'תפארת אליעזר' אין בארא פארק.
  • זיין טאכטער עכסא, חתונה געהאט צו רבי אשר אנשיל שעהר, אב"ד קלעסאן, מחבר ספר "בנה ביתך".

ליינט מער

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

  1. זון פון רבי משה יוסף טייטלבוים.
  2. חסידות צאנז קלויזנבורג, "זכרתי ימים מקדם" אין בטאון "צאנז", חודש אדר ב', נתניה: "אגוד חסידי צאנז", תשפ"ד, עמ' 20.
  3. שיחת השבוע 1523 | טוב לשמוח, אויף שיחת השבוע חב"ד.
  4. רבי צבי הירש מייזליש, "שער מחמדים" אין שו"ת מקדשי השם, ירושלים, תשס"ח, מהדורה חדשה, חלק א'.
  5. בשיחה מבנו אב"ד לימנוב על החינוך בבית הוריו.
  6. היינט געפונט זיך דארט דער ספינקער כולל (פון הרב מאיר אלעזר ווייס).

  7. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:צ-זשורנאל

    פארלאנגטע פאראמעטער [ 1 ] פעלן
    , "נגדע הארז בלבנון", בית יוסף להבה גליון תתכ"א, תשפ"ד, עמ' 9-13.
  8. אב"ד לימינוב שליט"א מספר סיפור נפלא על הנועם אליעזר מסקולען זצ"ל באתר יוטיוב.
  9. גרונר, דוד יהודה - גלדצלר, דוד, הליכות חיים - רבינו הקדוש מריבניץ, תשע"ו (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
  10. "וזרח השמש ובא השמש" - הגה"צ רבי דוד דוב מייזליש שליט"א מונה לגאב"ד סיגעיט, אויף בחצרות הקודש.
  11. מאיר וונדר, אנציקלופדיה לחכמי גליציה, ירושלים, תשל"ח - תשנ"ז, חלק ג' (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
  12. רבי דוד דוב מייזליש, אור דוד עם קונטרס זר לזהב, ברוקלין: הרב יקותיאל יהודה מייזליש, תשכ"ח.
  13. רבי צבי אלימלך שפירא מדינוב, אגרא דפרקא - אגרא דצבי, ברוקלין, תש"נ, חלק א'.
  14. א נסיעה קיין איירופע באגלייט דורך אב"ד לימנוב שליט"א, אויף יוטיוב.