שאול המלך

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש


געשיכטע

די געשיכטע פון שאול המלך ווערט דערציילט אין ספר שמואל.

אפשטאם און כאראקטערזירנוג

שאול ווערט פארגעשטעלט אלץ א זון פון קיש בן אביאל וואס איז געווען א העלדישער גיבור פון בנימין [1], און זיי האבן ווארשיינליך געוואוינט אין גבעון [2]. זיין ייחוס ביז יעקב אבינו ווערט אויסגערעכנט אין די מדרשים אויף מגילת אסתר, אלס טייל פון די ייחוס פון מרדכי הצדיק[3].

שאול איז געווען "יונג און שיין, און קיינער פון די אידן זענען נישט שענער געווען פון אים, און פון זיין אקסל און ארויף איז ער געווען העכער פונעם גאנצן פאלק"[4]. אין די ערשטע קאפיטלען איבער שאול ווערט ער פארגעשטעלט ווי אן אומבאקאנטער פשוט'ער מאן, וואס טראגט נישט קיין פירערשאפט פאזיציע, נאר פארנעמט זיך מיט פריוואטע און היימליכע זאכן[5], און ער שטעלט זיך אויס צו זיך אן עניו און א באשיידענער מאן[6].

חז"ל אידענטיפיצירן מיט שאול דעם "איש בנימין" וואס איז געקומען דערציילן עלי הכהן אז די ארון איז געפאנגען געווארן ביי די פלשתים. חז"ל זאגן אז שאול האט דאן ארויסגעכאפט די לוחות פון גלית און געלאפן דערמיט קיין שילה, א ווייטקייט פון 60 מיל.

חז"ל באמערקן אז שאול איז געווען א "הפכפך", איינער וואס האט פארמאגט קעגנזייטיגע כאראקטערס אינאיינעם. דער אייגנשאפט דערקענט מען אויך אין די געשיכטע אין די פסוקים[7]: פון איין זייט איז שאול א פשוט'ע מאן[8], אן עניו און א באשיידענע כאראקטער[9], קליין אין זיינע אויגן[10], אנטלויפט פון כבוד[11], און ער האט זיך ווייטער פארנומען מיט זיינע רינדער אויך נאכ'ן ווערן געקרוינט[12]. פון דער אנדערער זייט, נאכ'ן ווערן געזלאבט האט ער גערופן זיין הויפטשטאט אויף זיין נאמען[13], געשטעלט מאנומענטן[14], איינגעפירט קעניגליכע דיציפלינען[15], און אנגעהאט קעניגליכע סימבאלן[16]. פון איין זייט האט שאול פארקוקט אויף די וואס האבן אים לכתחילה אונטערגעשאצט[17], אבער האט געהייסן אויס'הרג'ענען גאנץ נוב עיר הכהנים[18].פון איין זייט האט ער שטרענג פארסירט דאס וואס ער האט באשוואוירן די אידן ביי די מלחמה אין מכמש[19], אבער האט נישט מקפיד געווען מחרים צו זיין עמלק[20], אדער אויף זיין שבועה צו יונתן נישט די שעדיגן דוד[21]. פון איין זייט האט ער מאביליזירט אלע אידן מיט א שטייפע האנט[22], און פון צווייטע זייט האט שפעטער מורא באקומען פון דעם פאלק[23].

קרוינונג

כאטש וואס שטעלן א קעניג איז לויט רוב מפרשים א מצוות עשה דאורייתא, איז דאס נישט אויסגעפירט געווארן ביז שאול המלך'ס צייטן, ווען שמואל הנביא איז עלטער געווארן און זיינע קינדער האבן איבערגענומען די פירערשאפט איבער די אידן.

שמואל הנביא'ס קינדער זענען נישט געגאנגען אין זיינע וועגן, און זייערע מעשים ווערט געשלידערט אין פסוק אז "זיי האבן גענומען שוחד און פארקירעוועט די דינים"[24]. די צייט איז אויך געווען שווער פאר כלל ישראל צוליב דרוק פון די ארומיגער פעלקער, בפרט די פלשתים און די עמונים[25]. דאס פאלק האט אלזא פארלאנגט פון שמואל "שטעל פאר אונז א מלך אונז צו משפט'ן, אזוי ווי אלע פעלקער"[26].

זייער פארלאנג האט געצערנט שמואל, און אויך פון הימל האט מען אים געזאגט אז דער פארלאנג, בפרט די מאטיוון דערפון[26.1], זענען נישט אויסגעהאלטן. דער באשעפער האט אבער באפוילן שמואל הנביא צו שטעלן א קעניג און צו ערקלערן פאר די אידן דער קעניג'ס מאכטן און רעכטן. שמואל האט אלעס איבערגעגעבן צום פאלק, און ווען זיי האבן ווידערהאלט זייער פארלאנג האט ער זיי אהיים געשיקט צו זייער שטעט צו ערווארטן די קרוינונג פון א קעניג וואס וועט נאכפאלגן[27].

שאול איז אין יענע צייט ארומגעגאנגען זוכן פארלוירענע אייזלען פאר זיין פאטער. נאך דריי טאג זייענדיג אין ארץ צוף האט שאול באשלאסן אויפצוהערן זוכן, אבער זיינע באגלייטער האבן אים צוגערעדט זיך צו באראטן מיט'ן "רואה" (נביא) וואס געפינט זיך אינעם דערנעבנדיגער שטאט, רמה[28]. דער "רואה", שמואל, האט ווארעם אויפגענומען שאול, זאגנדיג אז די אייזלען זענען שוין אפגעפינען געווארן, און אים געבעטן מיטצועסן דעם סעודה. שמואל האט שטארק מכבד געווען שאול, אים געבנדיג פון די בעסערע פארציעס, און זיי האבן פארברענגט די נאכט צוזאמען שמועסנדיג אין יראת שמיים און געטליכע ענינים[29]. צופרי האט שמואל געזאלבט שאול פאר מלך פריוואטערהייט; ער האט אים געקושט, און איבער געגעבן עטליכע סימנים אז ער איז געזאלבט געווארן פון הימל[30]. ביים אוועקגיין פון שמואל איז שאול ווי געווארן אן אנדערע מענטש, און עס איז צו אים געקומען א גייסט פון שטארקייט און מלכות[31].

דערנאך האט שמואל צוזאמען גענומען די אידן אין מצפה, ער האט זיי ווידער גע'מוסר'ט אויף דאס וואס זיי פארלאנגען א קעניג, און זיי געהייסן זיך שטעלן פאר'ן באשעפער אויסצוקלויבן דעם קעניג. די אורים ותומים[32] אדער א גורל[33] האט אויסגעקליבן שבט בנימין, פון זיי – משפחת המטרי, און פון זיי – שאול בן קיש. שאול האט זיך געהאט אויסבאהאלטן, אבער די אורים ותומים האט ארויסגעגעבן אז ער איז "נחבא אל הכלים". מען האט אים געגאנגען ברענגען פאר שמואל, און ער איז דערקלערט געווארן אלץ קעניג איבער די אידן[34].

שאול'ס קרוינונג איז נישט אנגענומען געווארן ביי אלע אידן, אין "בני בליעל" האבן אים אוועק געמאכט[35]. אין יענע צייט האט נחש דער קעניג פון עמון באלאגערט יביש גלעד, וועלכע האבן זיך באלד געוואלט אונטערגעבן. נחש האט אבער פארלאנגט אז יעדער דארט זאל אויסשטעכן זיין רעכטן אויג, ווילנדיג שענדן דערמיט די אידן. די עלטערע פון יביש גלעד האבן אים געבעטן זיבן טעג, און גלייכצייטיג אלארמירט די איבריגע שבטים פאר הילף. שאול האט באוויזן צו מאביליזירן א גרויסע מיליטער, און באקעמפט די עמונים און זיי פארטריבן און צעשפרייט "ביז עס זענען נישט געבליבן ביי זיי צוויי צוזאמען". דער העלדישער אקט האט געברענגט אלע אידן אנצונעמען שאול'ס קעניגרייך, און די אידן האבן זיך צוזאמגענומען אין גלגל צו באנייען די קרוינונג. די אידן האבן זיך געפרייט און מקריב זיין קרבנות פאר'ן באשעפער[36], און לויט די תרגום השבעים האט שמואל ווידעראמאל געזאלבט שאול[37].

שאול איז אלזא געקרוינט געווארן דריי מאל: צוערשט אין רמה פריוואטערהייט, דערנאך אין די עפנטליכקייט אין מצפה, און צום דריטן מאל אין גלגל מיט די צושטימונג פון גאנץ כלל ישראל[37]. עס זענען דא וואס שפעקולירן אז אין מצפה איז שאול אנגענומען געווארן בלויז ביי די שבטים אין הר אפרים וואס זענען געווען נאנט צו אים[38].

"הגם שאול בנביאים"

איינער פון די סימנים וואס שאול איז געגעבן געווארן איז געווען אז ווען ער וועט אנקומען צו גבעה ביי די וואכן פון די פלשתים וועט ער באגעגענען א גרופע נביאים וועלכע שפילן מוזיק אויף הארפן, פויקן, און פלייטן, טוען אין נבואה. עס וועט דאן אויף אים זיין א "רוח אלוקים" און ער וועט אויך נבואה זאגן. אזוי איז טאקע געווען, און ביים אנקומען צום גבעה האט ער באגעגנט א גרופע נביאים און ער האט זיך מתנבא געווען אינאיינעם מיט זיי. דאס האט אויסגערופן גרויס וואונדער ביי זיינע באקאנטע, וואס האבן זיך אויסגעדריקט "הגם שאול בנביאים?" – איז דען שאול אויך פון די נביאים? דער אויסדרוק איז געבליבן א שפריכווארט ביי אידן[34].

דער "רוח אלוקים" איז געווען א גייסט פון נבואה וואס האט גערוט אויף שאול, אבער עס ווערט אויך צוגעשטעלט צו דער "רוח אלוקים" וואס שטייט ביי עטליכע פון די שופטים ווי גדעון[39], יפתח[40], און שמשון הגיבור[41], וואס איז געווען לויט תרגום יונתן א גייסט פון שטארקייט און גבורה מלחמה צו האלטן מיט די פיינט און איבערצונעמען די פירערשאפט, און צו דער פונקט באציט זיך שמואל ווען ער האט אים געזאגט אז ער וועט ווערן אן "איש אחר"[42]. עס ווערט אויך אנגעוויזן אז דאס ארט פון די נביאים, ביי די וואכן פון די פלישיתים, קומט מסתמא אויך ארויסצוברענגען דאס אז שאול וועט זיין דער צו באקעמפן די פלשתים[43].

נבואה ביי שאול וועט ווידעראמאל דערמאנט שפעטער, ביי איינער פון זיינע אויסברוכן קעגן דוד[44], און אויך ווען שאול האט אנגעהויבן נאכיאגן דוד און דוד איז אנטלאפן צו שמואל. שאול האט געשיקט שליחים אים אפצונעמען, אבער ווען זיי קומען אן באגעגענען זיי נביאים וועלכע זאגן נבואה, און זיי שטעלן זיך צו צו זאגן נבואה רייד. נאך דעם וואס אויך די קומענדיגע גרופעס שליחים שטעלן זיך אויך צו צו די נביאים, קומט שאול אליין אראפ אהין, אבער ער באקומט דארט אויך נבואות[45].

מיליטערישע ערפאלגן

נאכ'ן ווערן קעניג האט שאול המלך אויפגעשטעלט דעם ערשטן מיליטער ביי אידן[46]. אנשטאט וואס איז ביז דאן געווען איינגעפירט, אז אין צייט פון מלחמה האט מען מאביליזירט אלע מענער צו זיין קעמפער, האט שאול אצינד אויסגעקליבן 3000 לייט צו זיין שטענדיג אין מיליטערישן דינסט. שאול האט סטאנציאנירט 2000 פון זיי אין מכמש און בית אל; זיי זענען געווען אונטער זיי אויפזיכט, און די איבריגע 1000 זענען געווען מיט זיין זון יונתן אין גבעת בנימין[47]. יעדע שטארקער מאן וואס שאול האט באגעגנט האט ער גענומען צו זיך[48]. מיט דעם אלעם, ביי גרעסערע קאמפיינען פלעגט ער נאך אלץ אריינרופן נאך מיליטערלייט פון איבער דאס לאנד וואס זאלן זיך צושטעלן צום באזע פונעם קביעות'דיגע מיליטער[46]. אבנר בן נר, א שוועסטער קינד פון שאול, איז געווען די גענעראל איבער די מיליטער[49].

שמואל האט מלחמה געהאלטן מערערע מאל קעגן די פלשתים. עס זענען דא וואס שפעקולירן אז שאול איז לכתחילה געקרוינט געווארן אלץ וואסאל אונטער די פלשתים, אבער האט אויף די אנווייזונגען פון שמואל באלד ווידערגעשפעניגט אין זיי צו ווערן זעלבסטשטענדיג[46]. ביים דער ערשטער מלחמה קעגן זיי אין מכמש זענען די פלשתים פארטריבן געווארן ביז אילון[50]. שפעטער ביי שלאכט אין עמק האלה ווען דוד האט אומגעברענגט גלית[51] איז שאול'ס מיליטער אריינגעדרונגען ביז עקרון אין גת[52]. די פלשתים האבן אבער געבליבן א געפאר אלע שאול'ס טעג[48], און שאול און זיינע קינדער זענען למעשה אומגעברענגט געווארן ביי א מלחמה קעגן די פלשתים אין גלבוע[53][54].

שאול האט אויך מלחמה געהאלטן מיט עמון, מואב, און אדום פון מזרח זייט, עמלק און אנדערע וואנדער שבטים פון דרום, פלשתים פון מערב, און די קעניגרייכן פון צובה אין צפון[55]. ער האט אזוי באפעסטיגט די גרעניצן פון ארץ ישראל, און פארזיכערט די אידישע שטעט. שאול האט אויך געוועלטיגט איבער די אשורים[56], אן אראבישע שבט וואס האט געוואנדערט אין די געגנט צו מזרח פון די באוואוינטע לענדער אין עבר הירדן. אזוי אויך האט שבט ראובן אין זיינע צייטן, לכאורה מיט זיין הילף, מלחמת געהאלטן מיט די הגריאים און נאך אראבישע שבטים, און פארברייטערט זייער לאנד צו מזרח פון גלעד ביז נהר פרת[57][58][59].

פון די ערשטע מלחמות וואס שאול האט געפירט איז געווען די מלחמה קעגן די פלשתים אין מכמש. דארט האט זיך צוזאמגענומען א ריזן מיליטער פון די פלשתים, 30,000 וועגענער און 6000 רייטער און סאלדאטן "אזוי פיל ווי די זאמד וואס איז אויפ'ן ברעג ים". שאול מיליטער האט שטארק מורא געהאט פאר די מיליטער פון די פלשתים, און זיי האבן אנטלאפן און זיך אויסבאהאלטן אין די היילן אין די בערג. שאול איז געבליבן מיט אן ענגע מיליטער פון 600 לייט, אבער אן ערפאלגרייכער פליצומדיגע איבערפאל דורך יונתן און זיין וואפנטרעגער האט געברענגט א זיג פאר די אידן. שאול האט יענעם טאג באשוואוירן די אידן צו פאסטן, יונתן וואס האט נישט געהערט דערפון האט פארזוכט פון האניג וואס איז גערונען אינעם וואלד. שאול האט געהאלטן ביים הרג'ענען יונתן דערפאר, וויבאלד עס האט געברענגט אז די אורים ותומים זאלן נישט ענטפערן צוליב די זינד, אבער דאס פאלק האט זיך אריינגעמישט און אפגעהאלטן שאול דערפון[60].

שאול מיט דוד

נאך וואס שמואל האט געזאלבט דוד המלך, איז דוד אנקומען צו שאול'ס געגנווארט נאך עטליכע עפיזאדן, און די באציאונגען צווישן זיי איז אלץ ערגער געווארן.

אלץ רעזולטאט פון דעם וואס דוד איז געזאלבט געווארן, פלעגט א שלעכטע גייסט קומען צו שאול, און זיינע שטוב מענטשן האבן געזוכט אן עצה דאס צו אדרעסירן. זיי האבן פארגעשלאגן צו ברענגען "א זון פון ישי" וואס קען שיין שפילן מוזיק, ער זאל מיט זיין מוזיק בארואיגן דעם קעניג. נאכ'ן באקומען ישי'ס צושטימונג איז דוד געגאנגען זיין ביי שאול צו שפילן ווען דער גייסט איז אנגעקומען[61].

שפעטער האבן זיך די פלשתים צוזאמגענומען צו גיין אין מלחמה קעגן די אידן, און גלית, א שטארקער ריז, האט געשפעט פון די אידן און גערופן איינער פון זיי פאר א צוויי קאמף קעגן אים. קלאנגען האבן קורסירט אז דער וואס וועט אים באזיגן וועט דער קעניג רייך מאכן און געבן זיין טאכטער פאר א ווייב, און דוד האט געוואגטערהייט זיך צוגעשטעלט. ער איז צוגעגאנגען צו קאמף אן קיין געווער אדער פאנצער נאר בלויז מיט שטיינער, און ער האט אים באזיגט, און די אידן האבן שטארק צעקלאפט די פלשתים אין די שלאכט וואס האט נאכגעפאלגט. יונתן דער זון פון שאול האט שטארק ליב באקומען דוד, און אים געשאנקען זיין אייגענע געווער, און די פרויען האבן באזינגען דוד'ן "שאול האט געשלאגן אין זיינע טויזנטער, און דוד אין זיינע צען טויזנטער". ווי פארשפראכן, האט שאול געאפערט זיין טאכטער מירב פאר דוד, אבער דוד האט עס אפגעזאגט[62].

דאס אלץ האט געברענגט אז שאול זאל פיינט באקומען דוד אויס מורא אז ער וועט פון אים צונעמען די קעניגרייך. ביי די קומענדיגע מאל וואס א שלעכטע גייסט איז געקומען אויף שאול און דוד האט פאר אים געשפילט, האט שאול צוויי מאל פרובירט צו ווארפן א שפיז אויף דוד און אים אומצוברענגען, אבער דוד האט זיך ארויסגעדרייט. שאול האט אוועק געשיקט דוד פון פאר אים אין אים געשטעלט אלס גענעראל אין זיין מיליטער. דוד איז אלץ געווארן מער געלונגען, און שאול אלץ מער פיינטליך צו אים. שאול האט באפוילן זיינע קנעכט איבערצורעדן דוד אנצונעמען אן אנבאט פון הייראטן זיין טאכטער מיכל אין אויסטויש פאר הונדערט ערלות פון די פלשתים. אבער אנדערש ווי שאול האט געוואלט, האבן די פלשתים נישט אומגעברענגט דוד, נאר ער האט פון זיי גע'הרג'עט צוויי הונדערט און געברענגט די ערלות פאר שאול[63].

יונתן האט פרובירט צו פארגלעטן די באציאונגען צווישן דוד און שאול, ברענגענדיג זיין פאטער צו שווערן אז ער וועט נישט אומברענגען דוד, און דוד האט זיך צוריקגעקערט צו דינען שאול און שפילן פאר אים. דאס קומענדיגע מאל וואס דער גייסט איז געקומען אויף שאול האט ער ווידער פרובירט אומצוברענגען דוד. דוד איז אנטלאפן אהיים, און שאול'ס קנעכט האבן אים נאכגעיאגט און ארומגערינגלט זיין הויז. נאכ'ן זיך ארויסשלייכן פון א פענסטער און אויסנארן די שליחים מיט די הילף פון מיכל, איז דוד אנטלאפן צו שמואל קיין רמה. שאול האט אהין געשיקט שליחים אים אפצונעמען, אבער אלע האבן זיך מתנבא געווען און געבליבן דארט פארטון אין נבואה, אריינגערעכנט שאול ווען ער איז אליין געקומען אהין[64].

דוד איז געגאנגען צו יונתן וועלכער האט פארשפראכן צו דערגיין די זאך. ביים ראש חודש סעודה האט יונתן געגעסן מיט שאול, און ביים שמועסן איבער דוד אפוועזנהייט קומט ארויס איז שאול איז אויסן אומצוברענגען דוד. יונתן איז ארויסגעגאנגען און געוויזן פון־פריער־אנגעשמועסטע סימנים פאר דוד, און נאך זיך ווארעם געזעגענען איז דוד אנטלאפן[65].

דוד איז אנגעקומען קיין נוב ער הכהנים, און ער האט דארט באקומען פון אחימלך בן אחיטוב הכהן עסן און געווער פאר די וועג. דואג האדומי האט איבערגעגעבן פאר שאול אז אחימלך איז מיט דוד, און שאול האט באפוילן אויסצו'הרג'ענען די כהנים פון נוב, א באפעל וואס דואג האט אויסגעפירט[66]. איין זון פון אחימלך, אביתר, האט באוויזן צו אנטלויפן צו דוד, און ער האט מיטגעהאט מיט זיך אן אפוד מיט וועלכע דוד האט געקענט פרעגן פון די אורים ותומים[67].

שאול האט אנגעהויבן נאכיאגן דוד. ער איז ארויס קיין קעילה וואו דוד האט געוויילט, אבער דוד איז באצייטנס אנטלאפן פון דארטן, און שאול האט צוריק געצויגן זיינע מענטשן. שאול האט שטארק ארומגעזוכט דוד אין זיף; ער האט אים כמעט געכאפט אין מעון, אבער האט געמוזט גיין אפשלאגן אן אטאקע פון די פלשתים. דוד איז אנטלאפן קיין עין גדי, און שאול האט זיך עווענטועל דערוואוסט דערפון און אהינגעקומען[68].

זוכנדיג דוד אין עין גדי האט שאול אריינגעגאנגען אין א הייל פאר זיינע געברויכן, נישט וויסנדיג אז דוד איז אויך דארט. דוד האט אפגעהאלטן זיינע לייט פון שעדיגן שאול, נאר אנשטאט האט ער אפגעשניטן א שטיקל פון זיין מאנטל. נאך וואס שאול איז ארויס פונעם הייל האט דוד אויך ארויסגעקומען און אים אדרעסירט, ניצנדיג די שטיקל פון שאול'ס מאנטל אלס באווייז אז ער האט גארנישט קעגן שאול; ער האט אים דאך געקענט אומברענגען, אבער ער האט נישט. די רייד האט איבערגענומען שאול און מודה געווען אין דוד גערעכטיגקייט, און אז ער וועט אים איבערנעמען אלץ קעניג. ער האט אים געהייסן שווערן אז ער וועט נישט הרג'ענען זיינע קינדער, און דוד האט געשוואוירן[69].

א צייט שפעטער האט שאול ווידער אנגעהויבן נאכיאגן דוד אין זיף, און אן ענליכן געשיכטע האט זיך אפגעשפילט. דוד און אבישי בן צרויה האבן זיך אריינגע'גנב'עט צו שאול'ס לאגער, אבער שאול האט אנשטאט אומברענגען שאול, גענומען זיין שפיז און לאגל וואסער. שטייענדיג פונדערווייטנס, האט דוד געשריגן צו אבנר אז ער האט נישט גענוג גוט געהיטן אויף שאול, און איינער האט געקענט צוקומען און צונעמען זיינע זאכן. שאול האט זיך אויסגעדרייט צום קול פון דוד, און דוד האט זיך פארענטפערט פאר אים און געבעטן ער זאל אויפהערן די געיעג. שאול האט אים פארשפראכן אויפצוהערן אים נאכיאגן און אהיים געגאנגען[70]. דוד האט אים אבער נישט געגלייבט און אנטלאפן צו די פלשתים וואו ער האט געוויילט ביז נישט שאול'ס אומקום[71].

אומקום

נאך שמואל הנביא'ס פטירה האבן זיך די פלשתים און די אידן געגרייט פאר א מלחמה. די פלשתים האבן זיך צוזאמגענומען אין שטאט שונם, אין דער צייט וואס די אידן האבן זיך צוזאמגענומען אין הר הגלבוע. שאול המלך האט זיך געוואלט באראטן מיט דער שכינה, און נאכ'ן פרוביר דורך די אורים ותומים און נביאים אן ערפאלג, האט ער זיך געוואנדן צו א בעלת אוב אין עין דאר, פארהוילנדיג דערביי זיין אידענטיטעט. זי האט אים דערמאנט אז שאול האט אויסגעראטן כישוף פון איבער דאס לאנד, אבער ער האט איר פארשפראכן אז שאול וועט איר גארנישט שלעכטס טון. דער בעלת האט ארויפגעברענגט די נשמה פון שמואל, וועלכע האט געזאגט שאול'ן אז ער וועט פארלירן די קריג און פאלן אין שלאכט. שאול איז צוזאמגעפאלן הערנדיג די רייד, און די בעלת אוב האט אים דערמונטערט מיט א סעודה[72].

טראץ דער ווארענונג האט שאול נישט צוריק געצויגן פון זיינע פלענער, כדי אומצוקומען אינעם שלאכט און האבן א כפרה אויף די זינד פון אויס'הרג'ענען נוב עיר הכהנים. שאול איז געפאלן אינעם שלאכט אינאיינעם מיט זיינע דריי זון, יונתן, אבינדב, און מלכי שוע. שאול, זעענדיג אז ער גייט געכאפט ווערן דורך די פשלתים האט ער געבעטן פון זיין וואפנטרעגער אז ער זאל אים אומברענגען, און ווען יענע האט נישט געוואלט, האט שאול זיך ארויפגעווארפן אויף זיין שווערד זיך אומצוברענגען[73].

אן עמלק'ישע יונג וואס איז אהין געקומען האט געהאלפן שאול זיך ענדגילטיג אומברענגען, גענומען שאול'ס קרוין און ארעם באנד, אדער ווי חז"ל זאגן – זיינע תפילין של ראש און של יד, און געלאפן קיין צקלג צו ווייזן דוד'ן. אנדערש ווי ער האט געקלערט, האט דוד זייער געקלאגט איבער שאול, און גאר געהייסן הרג'ענען דעם עמלקי וואס האט אומגעברענגט שאול. דוד האט דאן פארפאסט א קינה איבער די אומקום פון שאול און יונתן, וועלכע איז צו אים געווען א ליבער פריינט[74].

די פלשתים וואס האבן געטראפן די קערפערס פון שאול און זיינע קינדער האבן אפגעהאקט די קעפ און ארום געשיקט צו ווייזן דאס פאלק. די קערפער האבן זיי אויפגעהאנגען אויף די מויערן פון בית שן, און שאול'ס פאנצער האבן זיי געשטעלט אין די טעמפל פון עשתרות און דגון[75]. איינוואוינער פון יביש גלעד האבן ארויסגעכאפט די קערפער און עס באגראבן אין יבשה[76], און שפעטער האט דוד אריבערגעפירט די ביינער צום שטאט צלע אין בנימין[77], וואס ווערט דערקענט אלס כירבאט צאלאך[78], אדער אלס נאבי סאמוויל[79].

דער פסוק אין דברי הימים א פירט אויס:

און שאול איז געשטארבן פאר זיין פעלשונג וואס ער האט געפעלשט אין גאט, און וועגן דעם ווארט פון גאט וואס ער האט נישט געהיטן, און אויך פארוואס ער האט געפרעגט ביי א גייסט צו פארשן ביי אים. און ער האט נישט געפרעגט ביי גאט; דערפאר האט ער אים אומגעברענגט און אפגעקערט די מלוכה צו דוד דעם זון פון ישי

.

בית שאול

לויט ווי עס שטייט אין פסוק האט שאול המלך געקעניגט פאר צוויי יאר[80]. לויט די חשבונות אין סדר עולם האט ער געקרוינט געווארן אין יאר ב'תתפ"ב און געקעניגט נאך צוויי יאר ביז ב'תתפ"ד[81]. טייל פון די מפרשים דינגען זיך אויף דער חשבון, און האלטן אז דער פסוק באציט זיך צו די דאטום ווען די מלחמה קעגן פלשת איז געווען, און נישט אויף זיין גאנצע קעניגרייך, וואס האט זיך געצויגן פאר פיל לענגער[80.1]. יוסף בן מתתיהו שרייבט אז ער האט געקעניגט 40 יאר, 18 ווען שמואל האט געלעבט, און 22 נאך דעם[82]. געוויסע כתבי יד פונעם תרגום השבעים זענען גורס 30 יאר[83].

שאול האט געהייראט אחינועם דער טאכטער פון אחימעץ, מיט וועמען ער האט געהאט כאטש פינף זון, יונתן, אבינדב, מלכישוע, ישוי, און אישבושת; און צוויי טעכטער, מירב און מיכל[84]. מירב האט שאול פארהייראט צו עדריאל בן ברזילי המחולתי, מיט וועמען זי האט געהאט 5 זון[85], און מיכל צו דוד[86]. שפעטער, ווען דוד איז אנטלאפן פון שאול האט ער איר געגעבן צו פלטי בן ליש, אבער ער האט איר נישט אנגערירט ביז דוד האט איר צוריק באקומען נאך שאול'ס אומקום[87]. שאול האט אויך געהאט א פילגש מיט'ן נאמען רצפה א טאכטער פון איה, פון וועמען ער האט געהאט ארמוני און מפיבושת[88].

שאול איז אומגעקומען אין גבע אינאיינעם מיט דריי פון זיינע זון, יונתן, אבינדב, און מלכישוע[89]. דוד המלך איז געווארן קעניג אין חברון, אין דער צייט וואס אבנר בן נר האט געקרוינט אישבושת איבער ארץ ישראל[90]. אישבושת האט געקעניגט פאר צוויי יאר, און נאך וואס אבנר איז גע'הרג'עט געווארן האבן זיינע גענרעלער אים גע'הרג'עט[91].

אין דוד המלך'ס צייטן איז געווען א הונגער, און די אורים ותומים האבן געזאגט אז עס איז געקומען צוליב די וועג ווי אזוי שאול האט באהאנדלט די גבעונים. די גבעונים האבן געזאגט אז זיי וועלן נאר פארגעבן שאול'ן ווען זיבן פון זיינע זון וועלן צו זיי איבערגעגעבן ווערן, זיי זאלן זיי אומבענגען. דוד האט זיי איבערגעגעבן זיבן מיטגלידער פון שאול'ס פאמיליע, די צוויי זון פון רצפה בת איה, און די זיבן זון וואס מירב האט געהאט מיט עדריאל המחולתי[92].

דער איינציגער איבערגעבליבענע אייניקל בן אחר בן פון שאול המלך איז געווען מפיבשת בן יונתן, וועמען דוד האט אפגעשוינט פון די גבעונים[93], און האט אים אויסגעהאלטן צוליב דער פריינטשאפט מיט זיין פאטער יונתן[94]. מפיבשת האט געהאט א זון מיכה [95] וועמענס ניין דורות פון אייניקלעך ווערן אויסגערעכנט איז דברי הימים[96].

שמעי בן גרא איז אויך געווען פון בית שאול[97], און מרדכי און אסתר זענען געווען אייניקלעך פון שאול דורך שמעי בן גרא[98]. אין דעם תרגום ראשון אויף מגילת אסתר[99] שטייט אז שמעי די פאטער פון יאיר דער פאטער פון מרדכי איז שמעי בן גרא. דארט, אין תרגום שני, און אין אנדערע מדרשים, ווערט אויסגערעכנט דעם ייחוס בן אחר בן ביז מיכה בן מפיבשת[100].

אין חז"ל

אינדרויסן פון אידישקייט

אין איסלאם

אין דער קוראן, ווערט דער פיגור "טאלוט" (طالوت) טראדיציאנעל אידענטיפיצירט מיט שאול המלך. דער קוראן פארציילט אז "נאך מוסא'ס (משה'ס) צייטן" האבן די אידן האבן פארלאנגט א קעניג צו פירן זייערע מלחמות, און ווען "א נביא" האט געזאלבט "טאלוט" זענען די אידן נישט געווען צופרידן וויבאלד ער איז נישט געווען רייך. דער נביא האט ווידערהאלט אז טאלוט איז דער בעסטער אויסוואל. טאלוט איז געווען אויסגעצייכנט אין זיין אינטעליגענץ און פיזישע אויסזען, און דער באשעפער האט צוריק געברענגט די ארון צו די אידן אלס צייכן פאר זיין קעניגרייך. שאול האט אויספרובירט די אידן ביי א טייך, דער וואס האט געטרונקען גראד פון טייך האט ער אפגעזאגט, און דער וואס האט גענומען אין זיינע הענט האט ער אנגענומען. טאלוט איז ערפאלגרייך אין די שלאכטן, אבער "דאוד" (דוד) איז דער וואס הרג'עט גלית, און ער ווערט דער קומענדיגער קעניג[101].

די געשיכטע אינעם קוראן איז אומאקוראט אין עטליכע דעטאלן, צווישן זיי אז דער ארון איז צוריק געקומען נאך שאול איז געזלאבט געווארן, ווען אין ספר שמואל שטייט אז עס האט פאסירט פאר דעם[102]. די מלחמה קעגן גלית ווערט געשלידערט אלס דער ערשטער שלאכט, ווען עס איז געווען פון די לעצטע. אזוי אויך מיטש דער קוראן אריין די פראבע ביים טייך וואס ווערט דערציילט אין ספר שופטים אויף גדעון[103]. דער נאמען "טאלוט" איז נישט עטימאלאגיש פארבינדן מיט "שאול", און דערפאר נעמען אן מוסולמענער געלערנטער אז דער נאמען, וואס באדייט "הויך", איז א צונאמען צוליב זיין הויכקייט[104].

פסיכאלאגישע אנאליז

די שילדערונגען אין די פסוקים איבער דער שלעכטער גייסט וואס פלעגט פלאגן שאול האט געברענגט פסיכאלאגן צו פרובירן קליניש צו דיאגנאזירן שאול. אין ילקוט מעם לועז[105], ווי אויך אין מלבי"ם[106], ווערט געברענגט אז שאול האט געליטן פון מעלאנכאליע (מרה שחורה). זדשארדזש סטיין זעט דערין א געוויסע מאניע[107], מארטין היוסמאן האלט עס איז געווען דעפרעסיע וואס קומט פון דרוק[108], און ליבוב בן-נון האלט אז שאול האט געהאט א מענטל דיסארדער[109]. גלייכצייטיג טוט קריסטאפער קוק פארשלאגן פארזיכטיגקייט ביים דיאגנאזירן א מאן פון טויזנטער יאר צוריק[110].

צו ליינען מער

רעפערענצן


פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:הערות שוליים

ליידיגע פאראמעטער [ 1 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

  1. שמואל א' ט, א.
  2. קיל זייט עז
  3. שמואל א' ט, ב.
  4. דעת סופרים זייט צד
  5. קיל זייט צה
  6. לויט קיל, מבוא זייט 110-111
  7. שמואל א' ט, ה.
  8. שמואל א' ט, כא.
  9. שמואל א' טו, יז.
  10. שמואל א' י, כב.
  11. שמואל א' יא, ה.
  12. שמואל א' טו, לד.
  13. שמואל א' טו, יב.
  14. שמואל א' כ, כה.
  15. שמואל ב' א, י.
  16. שמואל א' י, כז.
  17. שמואל א' כב, יז–יט.
  18. ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער <ref> טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמען שמואטב
  19. שמואל א' טו.
  20. שמואל א' יז, כה.
  21. שמואל א' יא, ז.
  22. שמואל א' טו, כד
  23. שמואל א' ח, א–ד. די גמרא אין שבת נו, א איז מסביר אז עס איז נישט בוכשטעבליך.
  24. קיל זייט עה; עולם התנ"ך זייט 87
  25. שמואל א' ח, ה.
    1. רד"ק דארט.
  26. שמואל א' ח, ו–כב.
  27. קיל זייט פ
  28. רש"י און מלבי"ם אויף שמואל א' ט, כה.
  29. שמואל א' ט-י.
  30. רש"י אויף שמואל א' י, ט.
  31. רד"ק אויף שמואל א' י, יט.
  32. רש"י אויף שמואל א' י, יט.
  33. 34.0 34.1 שמואל א' י.
  34. שמואל א' י, כו.
  35. שמואל א' יא.
  36. 37.0 37.1 קיל זייט קג
  37. אברמסקי זייט 448
  38. שופטים ו, לד.
  39. שופטים יא, כט.
  40. שופטים יד, ו.
  41. דעת סופרים זייטן קיג-קיד; קיל זייט צא.
  42. אברמסקי זייט 449.
  43. שמואל א' יח, י.
  44. שמואל א' יט, יח–כד.
  45. 46.0 46.1 46.2 עולם התנ"ך זייט 118.
  46. שמואל א' יג, ב.
  47. 48.0 48.1 שמואל א' יד, נב.
  48. שמואל א' יד, נ. אין עולם התנ"ך זייט 95 שטעלט ער פאר אבנר אלס פעטער פאר שאול.
  49. שמואל א' יד, לא.
  50. שמואל א' יז, מט–נא.
  51. שמואל א' יז, נב.
  52. שמואל א' לא, א–ו.
  53. אברמסקי זייט 449-450.
  54. שמואל א' יד, מז–מח; יהודה אליצור, יהודה קיל, אטלס דעת מקרא, מוסד הרב קוק: ירושלים, תשנ"ח, זייט 202 (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן).
  55. שמואל א' ב, ט.
  56. דברי הימים א' ה, ט–יט.
  57. יהודה אליצור, יהודה קיל, אטלס דעת מקרא, מוסד הרב קוק: ירושלים, תשנ"ח, זייט 202 (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן).
  58. אברמסקי זייט 450-451.
  59. שמואל א' יג-יד.
  60. שמואל א' טז.
  61. שמואל א' יז-שמואל א' יח, יט.
  62. שמואל א' יח, ט-שמואל א' יח, ל.
  63. שמואל א' יט.
  64. שמואל א' כ.
  65. שמואל א' כא-שמואל א' כב.
  66. שמואל א' כב, כ-שמואל א' כג, יא.
  67. שמואל א' כג.
  68. שמואל א' כד.
  69. שמואל א' כו.
  70. שמואל א' כז, א.
  71. שמואל א' כח.
  72. שמואל א' לא, א–ד.
  73. שמואל ב' א.
  74. שמואל א' לא, ח–י.
  75. שמואל א' לא, יא–יג.
  76. שמואל ב' כא, ד.

  77. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    בן ציון לוריא, "מסע החיפוש של שאול אחרי האתונות", ירושלים ה, ירושלים, תשט"ו, זייט כ.
  78. דניאל משה לוי, מקרא וארכיאולגיה, ירושלים, תשע"א, זייט 58 (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
  79. שמואל א' יג, א.
    1. רלב"ג דארט; אברבנאל דארט
  80. אברהם אריה ליב עקביא, סדרי זמנים לפי המסרת, תל אביב, תש"ג, זייט 113 (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)

  81. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:יוספוס

    פאראמעטער [ 4 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    יוסף בן מתתיהו, קדמוניות היהודים, ספר ו, פרק יד. ענליך שטייט אין מעשי השלוחים יג, כא
  82. אברמסקי זייט 448
  83. שמואל א' יד, מט; דברי הימים א' ח, לג.
  84. שמואל ב' כא, ח.
  85. שמואל א' יח, כז.
  86. שמואל א' כה, מד; שמואל א' ג, טו; סנהדרין יט, ב.
  87. שמואל ב' כא, ח.
  88. שמואל א' לא, ב.
  89. שמואל ב' ב, א–י.
  90. שמואל ב' ד.
  91. שמואל ב' כא
  92. שמואל ב' כא, ז.
  93. שמואל ב' ט.
  94. שמואל ב' ב, ט.
  95. דברי הימים א' ח, לה–לח.
  96. שמואל ב' טז, ה
  97. ילקוט שמעוני אויף מגילת אסתר, סימן תתרנג
  98. פרק ז, פסוק ו
  99. זע: רבי צבי הירש ווייס, פרסומי ניסא, ברוקלין, תשע"ב, זייט קמד (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
  100. קוראן 2:246-252
  101. שמואל א' ו.
  102. שופטים ז, ה–ז.
  103. Leaman, Oliver, The Quran, An Encyclopedia, 2006, p. 638.
  104. ילקוט מעם לועז, שמואל א טז, יד
  105. מלבי"ם אויף שמואל א' טז, טו.
  106. Stein, George (2011). "The case of King Saul: Did he have recurrent unipolar depression or bipolar affective disorder?" British Journal of Psychiatry. 198 (3): 212.
  107. Huisman, M. (2007). "King Saul, work-related stress and depression". Journal of Epidemiology and Community Health. 61 (10): 890.
  108. (Louba) Ben-Noun, Liubov (2003). "What was the Mental Disease that Afflicted King Saul?". Clinical Case Studies. 2 (4): 270–282.
  109. Cook, Christopher C. H. (2012). "Psychiatry in scripture: Sacred texts and psychopathology". The Psychiatrist. 36 (6): 225–229.