פרשת מצורע

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
Arrow r.svg מצורע Arrow l.svg
פסוקים ויקרא יד, א - טו, לג
צאל פסוקים 90 (39'סטע)
צאל ווערטער 1274 (39'סטע)
צאל אותיות 4697 (39'סטע)
אינהאלט פראצעדור פון זיך רייניגן פון נגעים, קרבן מצורע, דינים פון נגעי בתים, טומאת זב, קרי, נדה, און זבה
מצוות אין דער פרשה לויטן ספר החינוך
עשה (11)  לא תעשה (0)
זיך רייניגן פון א נגע, מצורע זאל זיך שערן די זיבעטע טאג פון טהרה, טבילה, קרבן מצורע, נגעי בתים, טומאת זב, קרבן זב, טומאת קרי, טומאת נדה, טומאת זבה, קרבן זבה
הפטורה
אשכנזים און ספרדים מלכים ב' ז, ג–כ
תימנים און איטאליענער מלכים ב' ז, א–כ, און מ'לייגט צו מלכים ב' יג, כג
אין די פרשה ווערן אויסגערעכנט דריי פון די פיר טומאות אויף וועלכע עס פארלאנגט זיך א קרבן נאכן טבילה.

פרשת מְצֹרָע איז די פינפטע סדרה פון ספר ויקרא, און די 28'סטע פון די תורה בכלל. די פרשה גייט פון קאַפּיטל י"ד, פסוק א', ביז קאַפּיטל ט"ו, פסוק ל"ג, לויטן אנגענומענעם צעטיילונג פון קאפיטלען, פארמאגנדיג אינאיינעם 90 פסוקים און זעקס פרשיות - דריי פתוחות און דריי סתומות. טייל רופן די פרשה זאת תהיה, אדער פרשת טהרה[1].

די פרשה באפאסט זיך מיט דינים פון טומאה וטהרה, אנהייבנדיג מיט א פארזעצונג פון די דינים פון מצורע - דער פראצעדור פון זיך רייניגן און די קרבנות דערנאך, און די דינים פון נגעי בתים; די דינים פון טומאות זב און די קרבנות, קרי, נדה, זבה און די קרבנות. אין די פרשה ווערן אויסגערעכנט דריי פון די פיר טומאות אויף וועלכע עס פארלאנגט זיך א קרבן נאכן טבילה, און פינף פון זעקס טומאות וואס קומען ארויס פון א מענטש - אין ביידע פעלער אויסלאזנדיג יולדת, וואס ווערט דערמאנט אין די פאריגע פרשה.

פרשת מצורע ווערט געליינט צווישן די דאטומען ה' ניסן און ו' אייר (אין חו"ל). אין פשוט'ע יארן ווערט מצורע געליינט אינאיינעם מיט'ן פריערדיגן פרשה, תזריע[א], פארזעצנדיג די דינים פון נגעים, ווען אינאיינעם באטרעפט די קריאה פון תזריע און מצורע 157 פסוקים. אין רוב עיבור יארן געפאלט די סדרה דער שבת בעפאר פסח - שבת הגדול[ב] (אין די קביעות בחה, זחג, זשה, בשז און גכז).

פרשה אינהאלט

די פרשה באפאסט זיך מיט די דינים פון טומאה וטהרה, אנהייב מיט א פארזעצונג פון די דינים פון נגעים, איבער די רייניגונג פראצעדור נאכ'ן זיך ערהוילן פונעם נגע, און איבער נגעי בתים[5]:

  • טהרת מצורע: ווען דער כהן זעט אז די נגע איז פארהיילט, נעמט מען צוויי פייגל, א טענענהאלץ, א רויטע פאדעם און אן אזוב גראז. מען שעכט איין פייגל אין א כלי חרס מיט וואסער, און מען מען טונקט דערין די איבריגע זאכן, און מען שפריצט זיבן מאל אויף דעם מצורע, דאן שעכט מען דעם אנדערן פייגל. צום זיבעטן טאג וואשט דער מצורע זיינע קליידער און שערט זיך אלע האר פון לייב, און טובל'ט זיך.
  • קרבן מצורע: די אכטע טאג ברענגט דער מצורע א כבש פאר אן אשם, א כבש אדער פייגל (געוואנדן אין זיין פינאנציעלע מעגליכקייט) פאר א חטאת, און די זעלבע פאר אן עולה, מיט מעל און אויל פאר א מנחה. דער כהן שמירט די בלוט פונעם אשם און אויל אויף זיין רעכטע האנט און פוס־פלאך און אויער-לעפל, און דאס איבריגע אויל אויף זיין קאפ.
  • נגעי בתים: די דינים פון נגעים אויף הייזער אין ארץ ישראל.

די צווייטע טייל פרשה שטעלט אראפ די דינים פון פינף סארטן טומאות וואס קומען ארויס פונעם גוף[6]:

  • טומאת זב, און די קרבנות נאכ'ן זיך רייניגן
  • טומאת קרי
  • טומאת נדה
  • טומאת זבה, און די קרבנות נאכ'ן זיך רייניגן

מצוות אין דער פרשה

לויט ווי אויסגערעכנט אינעם ספר החינוך[7] זענען פארהאן עלף מצוות אין דער פרשה:

מצוה מקור אקטועל היינט באפוילענע עשה / לאו
1 זיך רייניגן פון נגעים זֹאת תִּהְיֶה תּוֹרַת הַמְּצֹרָע וגו' (יד, ב) יא[8] יעדער עשה
2 א מצורע זאל זיך שערן אין די זיבעטע טאג וְהָיָה בַיּוֹם הַשְּׁבִיעִי יְגַלַּח אֶת כָּל שְׂעָרוֹ וגו' (יד, ט) יא יעדער עשה
3 זיך טובל'ן ווען טמא וְרָחַץ אֶת בְּשָׂרוֹ וגו' (יד, ט) יא יעדער עשה
4 קרבן מצורע וּבַיּוֹם הַשְּׁמִינִי יִקַּח שְׁנֵי כְבָשִׂים תְּמִימִים וְכַבְשָׂה אַחַת וגו' (יד, י) ניין יעדער עשה
5 נגעי בתים וּבָא אֲשֶׁר לוֹ הַבַּיִת (יד, לה) יא יעדער (אין ארץ ישראל) עשה
6 טומאת זב אִישׁ אִישׁ כִּי יִהְיֶה זָב מִבְּשָׂרוֹ ... וְזֹאת תִּהְיֶה טֻמְאָתוֹ וגו' (טו, ב–ג) עשה
7 קרבן זב וְכִי יִטְהַר הַזָּב מִזּוֹבוֹ ... וּבַיּוֹם הַשְּׁמִינִי יִקַּח לוֹ שְׁתֵּי תֹרִים וגו' (טו, יג–יד) ניין מענער עשה
8 טומאת קרי וְאִישׁ כִּי תֵצֵא מִמֶּנּוּ שִׁכְבַת זָרַע (טו, טז) עשה
9 טומאת נדה ...וְכָל הַנֹּגֵעַ בָּהּ יִטְמָא עַד הָעָרֶב (טו, יט) יא עשה
10 טומאת זבה וְאִשָּׁה כִּי יָזוּב זוֹב דָּמָהּ יָמִים רַבִּים וגו' (טו, כו) עשה
11 קרבן זבה וְאִם טָהֲרָה מִזּוֹבָהּ ... וּבַיּוֹם הַשְּׁמִינִי תִּקַּח לָהּ שְׁתֵּי תֹרִים (טו, כח–כט) ניין פרויען עשה

דאטומען

דער שבת ווען מ'ליינט די פרשה, קען געפאלן אין ניין אנדערע דאטומען:

אינאיינעם מיט פרשת תזריע:

באזונדער:

הפטורה

די הפטורה פון פרשת מצורע איז אין ספר מלכים ב', קאַפּיטל ז', וואו עס ווערט געשילדערט די געשיכטע פון די פיר מצורעים בשעת די באלאגערונג פון שומרון אין די צייטן פון אלישע. די תימנים, איטאליענער און ראָמאַניאטן הייבן אן ביי פסוק א', און די אשכנזים און ספרדים ביי פסוק ג'[9], און מען ליינט ביז פסוק כ'. די תימנים און איטאליענער לייגן דאן צו קאַפּיטל י"ג, פסוק כ"ג[10].

אין עיבור יארן וואס הויבן זיך נישט אן דאנערשטאג (בחה, זחג, זשה, בשז און גכז יארן - ארום 26.3% פון אלע יארן) געפאלט מצורע אום שבת הגדול, ווען אסאך פירן זיך צו ליינען א ספעציעלע הפטורה. אין גכה און בשה יארן געפאלט עס אום שבת ראש חודש אייר, און מען ליינט די הפטורה "השמים כסאי", און הכז יארן אין ארץ ישראל געפאלט עס א טאג פאר ראש חודש, און מען ליינט "מחר חודש".

צו ליינען מער

"פרשת מצורע אדער פרשת טהרה?", אשכול אויף אייוועלט

דרויסנדע לינקס

טעקסט:

טייטש

  • מאיר הלוי לעטעריס, "פרשת מצורע", חמשה חומשי תורה אין אידיש, ניו יארק, תרע"ד

פארברייטערונג:

נאטיצן

  1. כדי צו צופאסן די 54 פרשיות צו די מערסטנס 48 שבתים אין א שנה פשוטה אין וועלכע מען ליינט א פרשה, ימים טובים אויסגעשלאסן.
  2. לויט'ן כלל פון "סגרו ופסחו" - אז פרשת "מצורע" (סגרו, איינגעשפאַרט אויף אראמיש) ווערט געליינט דער שבת בעפאר "פסח". דער כלל ווערט געברענגט אין טור און אין שלחן ערוך[2], אלס גילטיג אין עיבור יארן. אין אבודרהם[3] ווערט געברענגט דער טעם דערצו, וויבאלד אין די פרשה ווערט דערמאנט הגעלת כלים[4] וואס איז נויטיג צו וויסן אין בעפארברייטונג צו פסח.

רעפערענצן

  1. זעט: טוביה פרשל, לשון נקיה - שמותיה של פרשת מצורע; ערשינען אין סיני שנה סב כרך קכג-קכד.
  2. טור, אורח חיים, סימן תכ"ח; שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תכ"ח, סעיף ד'.
  3. סדר העיבור, סדר הפרשיות וההפטרות ע"ב (אויך געברענגט אין אליה רבה, אורח חיים, סימן תכ"ח, סעיף קטן ה'), ווי דער טעם פון ספר המנהיג, הלכות פסח, סעיף ד', פאר "פקדו ופסחו" אין פשוט'ע יארן.
  4. טו, יב.
  5. קאַפּיטל י"ד.
  6. קאַפּיטל ט"ו.
  7. ספר החינוך, מצוות קעגקפג.
  8. ווען עס איז פארהאן א כהן וואס פארשטייט צו נגעים, און אזוי ביי אלע מצוות אנבאלאנגט נגעים.
  9. אבודרהם סדר העיבור, סדר הפרשיות וההפטרות.
  10. משנה תורה להרמב"ם סדר התפילה ה', ד'.



* מצורע קאטעגאריע:ניסן קאטעגאריע:אייר קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען