רוי:רבי שרגא פייוול דאנציגער

פון המכלול
ווערסיע פון 11:00, 19 דעצעמבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "[[יעקב לארבערבוים" ב־"[[רבי יעקב לארבערבוים")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי שרגא פייוול דאנציגער
זיינע רביס הרב אברהם משה פון פשיסכע
טויט 19טן אקטאבער 1848
כ"ב תשרי תר"ט
פאטער הרב צבי הירש
קינדער הרב יחיאל דאנציגער, גרינדער פונעם אלעקסאנדער הויף

רבי שרגא פייוול דאַנציגער (נפטר כ"ב תשרי ה'תרצ"ט, 19טן אקטאבער 1848) פון גריצא איז געווען א פוילישער אדמו"ר און רב, און פירער פון די ווארקער חסידים נאך דער פטירה פון רבי יצחק ווארקער. זיין זון איז געווען הרב יחיאל דאנציגער, גרינדער פון דער אלעקסאנדער דינאסטיע.

ביאגראפיע

ער איז געווען א זון פון רבי צבי הירש פון ווארשע, א מתנגד. ער איז געווען א תלמיד פונעם "נתיבות", הרב יעקב פון ליסא. אונטער דער השפּעה פון זיין שוואגער רבי מאיר חיים, א פּלימעניק פון רבי לוי יצחק בערדיטשעווער, האט ער זיך צוגעצויגן צו חסידות, און איז געפארן צום הויף פונעם חוזה. נאך דער פטירה פונעם חוזה איז ער געווארן א חסיד פון שמחה בונים פון פשיסכע. ער איז געווען איינער פון די פינף תלמידים וואס דער רבי ר' בונים האט געשיקט אויף דער גרויסער חתונה אין אוסטילא צו פארטרעטן די פשיסכער שיטה. ער איז געגאנגען אויף דער דאָזיקער חתונה אלס "חסיד".

נאך רבי בונים'ס פטירה, האט ער צוזאמען מיט רבי יצחק פון ווארקא, אויפגענומען זיין זון רבי אברהם משה פון פשיסכע אלס אדמו"ר, און נאך יענעמ'ס פטירה איז ער געשטאנען בראש פון רבי יצחק'ס חסידים. נאך דער פטירה פון רבי יצחק אין יאר תר"ח, האט מען אים אויפגענומען אלס רבי, און שבועות זענען געקומען צו זיין הויף אין שטאט מאקאוו טויזנטער ווארקער חסידים. נאך א האלב יאר איז ער נפטר געווארן און די רביסטעווע איז אריבער צו די קינדער פון רבי יצחק, מנחם מענדל פון ווארקא און יעקב דוד פון אמשינאוו.

רבי פייוול האט געדינט ווי רב אין עטליכע קהילות אין פוילן, שעפס, גאָמבין, גריצע און מאַקאוו.

זיינע זין זענען געווען רבי לוי יצחק, איידעם פון שמחה בונים פון פשיסכע, און רבי יחיאל דאנציגער, גרינדער פון דער אלעקסאנדער דינאסטיע, וואס האט געפירט נאך בעריש ביאלער, דער ממלא מקום פון מענדל פון ווארקא. זיין איידעם הרב ראובן יהודה (לייב) נויפעלד איז געווען רב פון דער קהילה אין נאָווידוואָר.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!