רבי ברוך מרדכי אזרחי

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי ברוך מרדכי אזרחי
רבי ברוך מרדכי אזרחי
רבי ברוך מרדכי אזרחי
געבורט יאנואר 1 1929
י"ט טבת ה'תרפ"ט
פתח תקוה
פטירה אקטאבער 26 2023 (אלט: 94)
י"א חשוון ה'תשפ"ד
הדסה עין כרם שפיטאל ירושלים
כינוי זקן ראשי הישיבות
מקום קבורה הר הזיתים
טעטיגקייט אָרט ארץ ישראל
השתייכות ליטוואקעס
תחומי עיסוק ראש ישיבה
תפקידים נוספים רעדנער
בני דורו רבי חיים קאניעווסקי, רבי גרשון עדלשטיין, רבי דוב לאנדא
ספרים ברכת מרדכי אויף תורה, ש"ס און ימים טובים
טעקע:92e38e97f9b96b435704.jpg
רבי ברוך מרדכי אזרחי ביי א שמועס

רבי ברוך מרדכי אזרחי (י"ט טבת ה'תרפ"ט, יאנואר 1 1929 - י"א חשוון ה'תשפ"ד, אקטאבער 26 2023) איז געווען די ראש ישיבה פון ישיבת עטרת ישראל אין מודיעין עילית, פון די אנפירער פון די ליטווישע'ר ציבור, א חבר אין מועצת גדולי התורה פון דגל התורה און חבר נשיאות פון ועד הישיבות און פון מפעל הש"ס.

ביאגראפיע

געבורן געווארן אין פתח תקווה צו ישראל און הינדא מלכה אזרחי, זיימן מאמעס טאטע איז געווען רבי ברוך שלאם (קרי: שְלוֹם) וואס האט געדינט אויך אלס רב אין דרום אפריקע. שפעטערע יארן זענען זיי אריבער וואוינען אין ירושלים.

ער האט געלערנט אין ישיבת חברון און איז געזעצן ביי די שיעורים פון רבי משולם דוד הלוי סאלאווייטשיק אין סדר קדשים, און האט אנגעהאלטן א נאנטן ידידות מיט אים אלע יארן[1]. אין עלטער פון פיר און צוואנציג יאר האט ער געהייראט שולמית חדש, טאכטער פון רבי מאיר חדש, משגיח אין ישיבה. נישט לאנג דערנאך[אויסקלארונג פארלאנגט] האט ער אנגעהויבן איבערגעבן שיעורים אין ישיבה. אזוי אויך האט ער אין יענע יארן דורכאויס צוועלף יאר איבערגעגעבן א וועכנטליכע שיעור פאר די עלטערע בחורים אין ישיבת כנסת חזקיהו וואס איז אין כפר חסידים.  

פון זיינע תלמידים

און נאך אסאך באקאנטע

משפחה מיטגליד

זיין ווייב שולמית האט צווישן אנדערע אויך געשריבן די בוך המשגיח - הגביע שעלה על גדותיו איבער איר פאטער רבי מאיר חדש, און זה האיש איבער דער חפץ חיים.

זיי האבן געהאט איין זוהן און פיר טעכטער:

  • זיין זוהן הרב בן ציון, וואס האט איבער גענומען זיין פלאץ אין הויפט פון ישיבה.
  • זיין איידעם חתנו הרב יהושע קאנאל, משגיח אין ישיבת עטרת ישראל לצעירים.
  • זיין איידעם הרב ישעיהו הדר גלאזמן, מגיד שיעור אין ישיבה גדולה עטרת ישראל.
  • זיין איידעם הרב אהרון וויינער, רב פון קריית היובל געגנט אין ירושלים.
  • זיין איידעם הרב אריאל ווילאנסקי, ראש ישיבת אש התלמוד אין הר נוף געגנט אין ירושלים.

זיין ברודער הרב יצחק אזרחי איז פון ראשי הישיבה אין מירער ישיבה.

זיינע ספרים

  • ברכת מרדכי - על התורה
  • ברכת מרדכי - על הש"ס
  • ברכת מרדכי - על המועדים
  • ברכת מרדכי - על משמרת חיים.

אילן יוחסין

 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
רבי נפתלי מנחם הוטנער
 
 
 
קריינע הוטנער
 
רבי משה מרדכי אפשטיין
ראש ישיבת חברון
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
רבי דוד חדש
ר"מ בישיבת הישוב
 
רבי מאיר חדש
משגיח ישיבת חברון
 
 
 
צביה חדש
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
רבי אהרן חדש
משגיח ישיבת מיר
 
רבי משה מרדכי חדש
ראש ישיבת אור אלחנן
 
הרב נפתלי חדש
משגיח ישיבת אור אלחנן
 
הרב יוסף חדש
 
שולמית אזרחי
 
רבי ברוך מרדכי אזרחי
ראש ישיבת עטרת ישראל
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
רבי אפרים חדש
משגיח אין ישיבת מיר
 
רבי חיים אריה חדש
ראש ישיבת אור אלחנן


דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

  1. ער האט אים אלע יארן אנגערופן "מורי ורבי", און פלעגט אויך אים גיין באזוכן דורכאויס פופציג יאר יעדן יום טוב.
  2. אייניקל פון רבי משב חברוני.


קטגוריה:ראשי ישיבה ליטאים בישראל קטגוריה:בוגרי ישיבת חברון כנסת ישראל קטגוריה:בית וגן: רבנים קטגוריה:חברי מועצת גדולי התורה של דגל התורה קטגוריה:חברי נשיאות ועד הישיבות קטגוריה:חברי נשיאות מפעל הש"ס קטגוריה:משפחת חדש

טיילן פון דער ארטיקל זענען מעגליך איבערגעזעצט פון העברעאישער וויקיפעדיע
cc-by-sa 3.0 ערלויבענישאריגינעלער בלאטביישטייערער