עשרה נסיונות
עשרה נסיונות זענען די צען נסיונות מיט וועלכע אברהם אבינו איז געפרואווט געווארן פון באשעפער, לויט ווי דערמאנט אין חז"ל. אברהם, וועלכער איז זיי אלע בייגעשטאנען בשלימות, ווערט דערויף דערמאנט צום גוטן, און עס ווערט אסאך באנוצט אין די פיוטים און סליחות צו ערוועקן אין הימל רחמנות און זכות אבות אויף אידן.
מקור
חוץ פון די נסיון פון די עקידה, וואו עס שטייט ארויס ”וְהָאֱלֹקִים נִסָּה אֶת אַבְרָהָם”[1], איז נישט קלאר באצייכנט נאך א פאסירונג אלס נסיון אין די תורה. דער צאל פון צען נסיונות ווערט דערמאנט אין חז"ל אויף עטליכע פלעצער, פון וועלכע עס איז מערסט באקאנט די משנה אין פרקי אבות[2]: ”עשרה נסיונות נתנסה אברהם אבינו עליו השלום ועמד בכולם, להודיע כמה חבתו של אברהם אבינו עליו השלום”.
די נסיונות
אין די משנה ווערן נישט אויסגערעכנט די נסיונות, און די מיינונגען זענען צעטיילט דערוועגן אין אנדערע מקורות פון חז"ל און אין די מפרשים:
די מעשה/נסיון | לויט פרקי דרבי אליעזר[3] | לויט אבות דרבי נתן[4] | לויט מדרש תהלים[5] | לויט מדרש אגדה (באבער)[6] | לויט דער רמב"ם[7] | לויט רבנו תם[8] | לויט רבינו יונה | לויט רבי עובדיה מברטנורא[9] | לויט רבינו בחיי[10] |
---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
דאס פאר'מיאוס'ן עבודה זרה און בטחון אין באשעפער | 1 | נישט גערעכנט | נישט גערעכנט | נישט גערעכנט | נישט גערעכנט | נישט גערעכנט | נישט גערעכנט | נישט גערעכנט | נישט גערעכנט |
דאס אריינווארפן אין קאלך-אויוון אין אור כשדים | 2 | 1 | 1 | 1 | נישט גערעכנט | נישט גערעכנט | 1 | 1 | נישט גערעכנט |
גלות פון היימלאנד | 3 | 2 | 2 | 2 | 1 | 1 | 2 | 2 | 1 |
דער הונגער אין ארץ כנען | 4 | 3 | נישט גערעכנט | 3 | 2 | 2 | 3 | 3 | 2 |
די פארכאפונג פון שרה דורך פרעה | 5 | 4 | 3 | 4 | 3 | 3 | 4 | 4 | 3 |
מלחמת המלכים | 6 | 5 | 4 | נישט גערעכנט | 4 | נישט גערעכנט | 5 | 5 | נישט גערעכנט |
ברית בין הבתרים | 7 | 6 | 5 | 5 | נישט גערעכנט | 4 | נישט גערעכנט | 6 | 4 |
דאס אז שרה איז געווען אן עקרה | נישט גערעכנט | נישט גערעכנט | נישט גערעכנט | 6 | נישט גערעכנט | נישט גערעכנט | נישט גערעכנט | נישט גערעכנט | נישט גערעכנט |
זיין הייראט מיט הגר | נישט גערעכנט | נישט גערעכנט | 6 | נישט גערעכנט | 5 | נישט גערעכנט | נישט גערעכנט | נישט גערעכנט | 5 |
הנה שפחתך בידך | נישט גערעכנט | נישט גערעכנט | נישט גערעכנט | נישט גערעכנט | נישט גערעכנט | 5 | נישט גערעכנט | נישט גערעכנט | נישט גערעכנט |
ברית המילה | 8 | 7 | 7 | 7 | 6 | 6 | 6 | 7 | 6 |
די פארכאפונג פון שרה דורך אבימלך מלך גרר | נישט גערעכנט | נישט גערעכנט | 8 | 8 | 7 | 7 | 7 | 8 | 7 |
פארטרייבונג פון הגר | 9 (מיט פארטרייבונג פון ישמעאל) | 8 | 9 (מיט פארטרייבונג פון ישמעאל) | 9 (מיט פארטרייבונג פון ישמעאל) | 8 | 8 (מיט פארטרייבונג פון ישמעאל) | 8 (מיט פארטרייבונג פון ישמעאל) | 9 (מיט פארטרייבונג פון ישמעאל) | 8 |
פארטרייבונג פון ישמעאל | 9 (מיט פארטרייבונג פון הגר) | 9 | 9 (מיט פארטרייבונג פון הגר) | 9 (מיט פארטרייבונג פון הגר) | 9 | 8 (מיט פארטרייבונג פון הגר) | 8 (מיט פארטרייבונג פון הגר) | 9 (מיט פארטרייבונג פון הגר) | 9 |
עקידת יצחק | 10 | 10 | 10 | 10 | 10 | 9 | 9 | 10 | 10 |
שרה'ס קבורה פאר אן איבערגעטריבענעם פרייז[11] | נישט גערעכנט | נישט גערעכנט | נישט גערעכנט | נישט גערעכנט | נישט גערעכנט | 10 | 10 | נישט גערעכנט | נישט גערעכנט |
דער ציל פון די נסיונות
טייל מקורות באטאנען אז די נסיונות זענען נישט געווען געצילט אויסצופרובירן אברהם זעלבסט און זיך איבערצייגן אין זיין אמונה, נאר צו ווייזן פאר די גאנצע וועלט די אמונה שלימה פון אברהם אבינו און זיין אהבת ה', דערמיט צו בארעכטיגן אין די אויגן פון מענטשן די באזונדערע גוטע זאכן וואס השי"ת האט אים געגעבן און צוגעזאגט[12], אדער אויך צו ענטפערן פאר די מלאכים וועלכע האבן טענות[13], און פארשווייגן דעם מידת הדין וואס איז מקטרג[14]. טייל מפרשים טייטשן לויט דעם דאס ווארט "נסה" ווי "נשא", אויפגעהויבן[15], אדער פון לשון נס וואס טייטשט א פאן[16], אדער פון לשון אויפהייבן א קול, צו גרויסן זיין נאמען אויף דער וועלט אז מען זאל זאגן "ווער איז נאך ווי אברהם וועלכער האט מקריב געווען זיין איינציג קינד אויפן מזבח"[17], אדער א לשון פון א צייכן און סימן, צו מודיע זיין פאר דער וועלט דער ענין פון שכר ועונש[18].
דאקעגן, שרייבן טייל מקורות אז דער ציל פון די נסיונות אז געווען אויסצופרובירן אברהם צי ער וועט אויסוועלן מקיים צו זיין דעם באפעל פון השי"ת, און אים צוגעבן שכר דערנאך[19]. דאס ווערט ערקלערט דורך טייל, אז די מטרה פון א נסיון איז דער רצון ה' אז די צדיקים זאלן אויספירן זייער גוטע מחשבה און ארויסברענגען זייער צדקות מן הכוח אל הפועל, כדי השי"ת זאל זיי געבן שכר פאר א גוטע מעשה און נישט בלויז דער שכר וואס קומט פאר א גוטע הארץ[20], און אויך איז נישט גלייך דער בעל מידה טובה בכוח צו דער וואס האט עס אויסגעפירט בפועל און האט עס דערמיט געמאכט פאר זיינס א שטארקע אייגנשאפט[21].
אין פיוטים
די עשרה נסיונות ווערן אסאך דערמאנט אין די פיוטים וועלכע ווערן געזאגט ביי די תפילות. איין פון די באקאנטע פיוטים איז דער סילוק "אשר מי יעשה כמעשיך וכגבורותיך" וואס איז פארפאסט געווארן דורך רבי שמעון בן רבי יצחק פון מאגענצא, וואס ווערט געזאגט ביי די אשכנז'ישע קהילות אום ראש השנה ביי שחרית. אין דעם פיוט זענען אויסגערעכנט די נסיונות ווי דער חשבון אין פרקי דרבי אליעזר.
אין אגדה און מחשבה
אין די ספרי מחשבה ווערט געגעבן א חשוב ארט פאר די עשרה נסיונות, מיט דעם וואס זיי סימבאליזירן די כוחות פון יעדער איד צו שטיין אין די נסיונות וועלכע קומען אויף אים. פארהאן וואס שרייבן אז דורך דעם וואס אברהם אבינו איז בייגעשטאנען זיינע נסיונות, האבן זיינע קינדער זוכה געווען און גע'ירש'נט פון אים דעם כוח זיך צו שטארקן קעגן דעם יצר הרע[22].
דרויסנדע לינקס
- הרב חנניה מלכה, פרשת לך לך עשרה ניסיונות נתנסה אברהם אבינו, באתר תורה ברמה.
- עשרה נסיונות של אברהם, באתר FANDOM.
- אליעזר היון, עשרה נסיונות, באתר חברותא.
רעפערענצן
- ↑ בראשית כב, א
- ↑ משנה, אבות ה, ג
- ↑ פרקים כו-לא. אזוי טייטש אויך רש"י אין זיין פירוש אויף די משנה, אבות, פרק ה', משנה ג'.
- ↑ נוסחא א, פרק ל"ג. און לויט רבי יצחק אברבנאל אין זיין פירוש אויף די משנה, אבות, ה, ג. דער רמב"ן, אין דרשת תורת ה' תמימה, רעכנט אויס די פינף ערשטע נסיונות ווי די שיטה, (און ער רעכנט דאס צונעמען שרה צו פרעה און צו אבימלך פאר איינס), און ער ענדיגט נישט צו די איבריגע נסיונות.
- ↑ מזמור יח
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע פרשת לך פי"ב - ↑ אין פירוש המשניות, אבות, פרק ה', משנה ג'. דער רמב"ם לערנט אז עס ווערן נאר גערעכנט די נסיונות וועלכע זענען דערמאנט אין די תורה. דער רשב"ץ מערקט אן אין זיין ספר מגן אבות אויף די משנה, אז די שיטה שטימט מיט די רייד פון מדרש תנחומא וירא כב, אז די נסיונות האבן זיך אנגעהויבן מיט "לך לך מארצך" און געענדיגט מיט "לך לך אל ארץ המוריה".
- ↑ ספר הישר חלק החידושים סי' קמג
- ↑ אזוי שטייט אויך אין אבות דרבי נתן נוסחא ב, פרק ל"ו, לויט מגן אבות פון מהרי"ט צהלון; און אזוי איז אין בית הבחירה למאירי אויף אבות.
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע אין זיין פירוש אויף אבות, פרק ה' משנה ד'. אויך די שיטה שטימט מיט די רייד פון מדרש תנחומא וירא כב, אז די נסיונות האבן זיך אנגעהויבן מיט "לך לך מארצך" און געענדיגט מיט "לך לך אל ארץ המוריה". - ↑ אויך דער רמב"ן על התורה שרייבט אז דאס איז געווען פון די נסיונות פון אברהם.
- ↑ זעט רש"י, בראשית, כב, יב; רמב"ם, מורה נבוכים, ג, כד; רד"ק, כב, א (דער רד"ק לייגט צו אז דאס איז געווען נישט בלויז מודיע צו זיין פאר אלע מענטשן אין זיין דור, נאר אויך פאר די קומענדיגע דורות וועלכע גלייבן וואס שטייט אין די תורה). טייל פון זיי באזירן עס אויף די רייד פון חז"ל (בראשית רבה, פרשה נ"ה, פסקה ב'. זעט אויך ספר הזוהר, חלק א, דף ק"מ, עמוד א') ווי עס ווערט גע'דרש'נט דער פסוק "ה' צַדִּיק יִבְחָן" (תהלים יא, ה). זעט רבנו בחיי, בראשית, כב, א; אברבנאל, בראשית, יב, י; נצי"ב, העמק דבר, כב, א; רבי קלונימוס קלמן הלוי פון קראקא, מאור ושמש, פרשת בא, ד"ה וְיֵרָאֶה לומר.
- ↑ און דערפאר האט דער מלאך געזאגט "עתה ידעתי" און נישט פריער, ר"ח פלטיאל און תוספות השלם אויף בראשית כב.
- ↑ רוקח און חזקוני אויף בראשית כב
- ↑ ראב"ע, בראשית, כב, א, בשם יש אומרים
- ↑ בראשית רבה, פרשה נ"ה, פסקה א'; רבי יצחק אברבנאל אויף בראשית כב
- ↑ מושב זקנים, ריב"א און תוספות השלם אויף בראשית כב.
- ↑ הכתב והקבלה, בראשית כב
- ↑ אבן עזרא, בראשית, כב, א. ער ווייזט דאס אויף מיט דעם וואס ביי א חלק פון די נסיונות (ווי עקידת יצחק) איז נישט אנוועזנד געווען קיין אנדערע מענטש.
- ↑ רמב"ן, פירוש הר"ן און ספורנו אויף בראשית כב. דער ספורנו לייגט צו, אז מיט דעם גלייכט זיך דער מענטש מער צו השי"ת וועלכער איז א גוטער בפועל, און דער ציל פון בריאת האדם אז געווען אז דער מענטש זאל זיך גלייכן צו השי"ת אויף וויפיל מעגליך. זעט אויך ספר העיקרים ד, יג.
- ↑ אמרי שפר לרבי יהודה בן מהר"ם חלאווה, אויף בראשית כב, וועלכער ערקלערט אזוי אויך די כוונה פון ראב"ע. אזוי שרייבט אויך דער ר"ן אויף "עתה ידעתי" (בראשית כב, יב): ”עתה נתחזקה תכונתך ביראתי ואהבתי”.
- ↑ צום ביישפיל, זעט: רבי יהודה אריה לייב אלטער, שפת אמת, פרשת וירא, תרמ"ב, ד"ה במדרש; תרמ"ה, ד"ה בפרשת; תולדות, תרל"ב, ד"ה גם עשרה.
קאַטעגאָריע:אידישקייט קאַטעגאָריע:ספר בראשית קאַטעגאָריע:אברהם אבינו