עשרה נסיונות

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

עשרה נסיונות זענען די צען נסיונות מיט וועלכע אברהם אבינו איז געפרואווט געווארן פון באשעפער, לויט ווי דערמאנט אין חז"ל. אברהם, וועלכער איז זיי אלע בייגעשטאנען בשלימות, ווערט דערויף דערמאנט צום גוטן, און עס ווערט אסאך באנוצט אין די פיוטים און סליחות צו ערוועקן אין הימל רחמנות און זכות אבות אויף אידן.

מקור

חוץ פון די נסיון פון די עקידה, וואו עס שטייט ארויס ”וְהָאֱלֹקִים נִסָּה אֶת אַבְרָהָם”[1], איז נישט קלאר באצייכנט נאך א פאסירונג אלס נסיון אין די תורה. דער צאל פון צען נסיונות ווערט דערמאנט אין חז"ל אויף עטליכע פלעצער, פון וועלכע עס איז מערסט באקאנט די משנה אין פרקי אבות[2]: ”עשרה נסיונות נתנסה אברהם אבינו עליו השלום ועמד בכולם, להודיע כמה חבתו של אברהם אבינו עליו השלום”.

די נסיונות

אין די משנה ווערן נישט אויסגערעכנט די נסיונות, און די מיינונגען זענען צעטיילט דערוועגן אין אנדערע מקורות פון חז"ל און אין די מפרשים:

די מעשה/נסיון לויט פרקי דרבי אליעזר[3] לויט אבות דרבי נתן [4] לויט מדרש תהלים[5] לויט מדרש אגדה (באבער)[6] לויט דער רמב"ם[7] לויט רבנו תם[8] לויט רבינו יונה לויט רבי עובדיה מברטנורא[9] לויט רבינו בחיי[10]
מאיסתו בעבודה זרה וביטחונו בה' 1 נישט גערעכנט נישט גערעכנט נישט גערעכנט נישט גערעכנט נישט גערעכנט נישט גערעכנט נישט גערעכנט נישט גערעכנט
השלכתו לכבשן באור כשדים 2 1 1 1 נישט גערעכנט נישט גערעכנט 1 1 נישט גערעכנט
גלותו מארץ מולדתו 3 2 2 2 1 1 2 2 1
הרעב בארץ כנען 4 3 נישט גערעכנט 3 2 2 3 3 2
לקיחת שרה על ידי פרעה 5 4 3 4 3 3 4 4 3
מלחמת המלכים 6 5 4 נישט גערעכנט 4 נישט גערעכנט 5 5 נישט גערעכנט
ברית בין הבתרים 7 6 5 5 נישט גערעכנט 4 נישט גערעכנט 6 4
היות שרה עקרה נישט גערעכנט נישט גערעכנט נישט גערעכנט 6 נישט גערעכנט נישט גערעכנט נישט גערעכנט נישט גערעכנט נישט גערעכנט
נישואיו עם הגר נישט גערעכנט נישט גערעכנט 6 נישט גערעכנט 5 נישט גערעכנט נישט גערעכנט נישט גערעכנט 5
הנה שפחתך בידך נישט גערעכנט נישט גערעכנט נישט גערעכנט נישט גערעכנט נישט גערעכנט 5 נישט גערעכנט נישט גערעכנט נישט גערעכנט
ברית המילה 8 7 7 7 6 6 6 7 6
לקיחת שרה על ידי אבימלך מלך גרר נישט גערעכנט נישט גערעכנט 8 8 7 7 7 8 7
גירוש הגר 9 (מיט גירוש ישמעאל) 8 9 (מיט גירוש ישמעאל) 9 (מיט גירוש ישמעאל) 8 8 (מיט גירוש ישמעאל) 8 (מיט גירוש ישמעאל) 9 (מיט גירוש ישמעאל) 8
גירוש ישמעאל 9 (מיט גירוש הגר) 9 9 (מיט גירוש הגר) 9 (מיט גירוש הגר) 9 8 (מיט גירוש הגר) 8 (מיט גירוש הגר) 9 (מיט גירוש הגר) 9
עקידת יצחק 10 10 10 10 10 9 9 10 10
קבורת שרה במחיר מופרז (למרות היות כל ארץ כנען שלו בהבטחה)[11] נישט גערעכנט נישט גערעכנט נישט גערעכנט נישט גערעכנט נישט גערעכנט 10 10 נישט גערעכנט נישט גערעכנט

רעפערענצן

  1. בראשית כב, א
  2. משנה, אבות ה, ג
  3. פרקים כו-לא. אזוי טייטש אויך רש"י אין זיין פירוש אויף די משנה, אבות, פרק ה', משנה ג'.
  4. נוסחא א, פרק ל"ג. און לויט רבי יצחק אברבנאל אין זיין פירוש אויף די משנה, אבות, ה, ג. דער רמב"ן, אין דרשת תורת ה' תמימה, רעכנט אויס די פינף ערשטע נסיונות ווי די שיטה, (און ער רעכנט דאס צונעמען שרה צו פרעה און צו אבימלך פאר איינס), און ער ענדיגט נישט צו די איבריגע נסיונות.
  5. מזמור יח

  6. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    פרשת לך פי"ב
  7. אין פירוש המשניות, אבות, פרק ה', משנה ג'. דער רמב"ם לערנט אז עס ווערן נאר גערעכנט די נסיונות וועלכע זענען דערמאנט אין די תורה. דער רשב"ץ מערקט אן אין זיין ספר מגן אבות אויף די משנה, אז די שיטה שטימט מיט די רייד פון מדרש תנחומא וירא כב, אז די נסיונות האבן זיך אנגעהויבן מיט "לך לך מארצך" און געענדיגט מיט "לך לך אל ארץ המוריה".
  8. ספר הישר חלק החידושים סי' קמג
  9. אזוי שטייט אויך אין אבות דרבי נתן נוסחא ב, פרק ל"ו, לויט מגן אבות פון מהרי"ט צהלון; און אזוי איז אין בית הבחירה למאירי אויף אבות.

  10. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    אין זיין פירוש אויף אבות, פרק ה' משנה ד'. אויך די שיטה שטימט מיט די רייד פון מדרש תנחומא וירא כב, אז די נסיונות האבן זיך אנגעהויבן מיט "לך לך מארצך" און געענדיגט מיט "לך לך אל ארץ המוריה".
  11. גם רמב"ן על התורה כתב שהיה זה מן הנסיונות של אברהם.