רבי מאיר יוסף רובין

דריטער קערעסטירער רבי (ה'תרנ"ט–ה'תש"ד)

רבי מאיר יוסף רובין (ה'תרנ"ט - ט"ו סיון ה'תש"ד), איז געווען דער דריטער קערעסטירער רבי.

קערעסטירער רבי
רבי מאיר יוסף רובין
געבורט ה'תרנ"ט
בריזדאוויץ
נרצח ט"ו סיון ה'תש"ד (אלט: 45 בערך)
אוישוויץ
רבי'ס רבי מרדכי יהודה לייב ווינקלער
דינאסטיע קערעסטיר
טאטע רבי ברוך רובין, רב פון בריזדאוויץ
מאמע שרה שלאמצא
דריטער קערעסטירער רבי
ה'תרפ"זה'תש"ד

ביאגראפיע

געבוירן אין בריזדאוויץ צום רב פון שטאט, רבי ברוך רובין[1], און צו שרה שלאמצא א טאכטער ​​פון רבי מנחם מענדל אייכנשטיין פון זידיטשוב[2], א זון פון רבי יצחק אייזיק פון זידיטשוב.

ער האט געלערנט ביי זיין טאטע, און ביי רבי מרדכי יהודה לייב ווינקלער דער רב פון מאד, בעל "לבושי מרדכי", וואס האט אים אויך געגעבן סמיכה צו פסק'ענען.

אום ב' כסלו ה'תרע"ט האט ער חתונה געהאט צו רבקה צירל, א טאכטער פון רבי אברהם שטיינער פון קערעסטיר דער זון פון רבי ישעיה שטיינער פון קערעסטיר, וואו ער איז געזעסן אויף קעסט פאר זעקס יאר. דער זיידע רבי ישעי'לע האט זייער געשעצט דעם אייניקל, און עס ווערט פארציילט אז איידער זיין פטירה האט ער זיך איינגעשפארט מיט רבי מאיר יוסף פאר א לענגערע וויילע.

נאך די פטירה פון רבי ישעי'לע האט זיין זון רבי אברהם איבערגענומען זיין ארט, אבער בלויז צוויי און צוואנציג חדשים דערנאך איז ער אויך אוועק. בעפאר זיין פטירה האט ער מסמיך געווען זיין איידעם רבי מאיר יוסף, וועלכער איז אויפגענומען געווארן אלס רבי אין קערעסטיר.

רבי מאיר יוסף האט ווייטער אנגעפירט די צדקה און הכנסת אורחים אונטערנעמונגען פון זיין זיידן רבי ישעי'לע און זיין שווער רבי אברהם. ער איז געווען אויסגעצייכנט אין התמדה אין לימוד התורה, און איז באקאנט געווען אלס א פועל ישועות[3].

אום כ"ג ניסן ה'תש"ד האבן די נאציס באפוילן אז אלע אידן פון קערעסטיר זאלן זיך צוזאמנעמען אין הויף פון שטאטישן בית המדרש. אום כ"ה ניסן זענען זיי אריבערגעפירט געווארן מיט די באן צום געטא אין אוהעל, און פון דארט זענען זיי געפירט געווארן צום קאנצענטראציע לאגער אין אוישוויץ, וואו זיי זענען אומגעקומען אום ט"ו סיון. איידער זיי זענען פארטריבן געווארן פון קערעסטיר, האט רבי מאיר יוסף מסמיך געווען זיין צווייטן זון, רבי ישכר דוב, אלס ממלא מקום.

טייל פון די דברי תורה פון רבי מאיר יוסף זענען געדרוקט סוף פון ספר "שארית ברוך" פון זיין טאטע.

פאמיליע

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

  1. אן אייניקל פון דער אור לשמים פון אפטא, רבי אלימלך פון ליזענסק, קאזשניצער מגיד, רבי מרדכי דוד אונגער פון דאמבראווא, און רבי אשר ישעיה רובין פון ראפשיץ.
  2. אן איידעם פון רבי חיים אברהם פון מיקאלייעוו, דער איידעם פון רבי מאיר פרעמישלאנער.
  3. הקדמה צו ספר דברי שמואל פון רבי שמואל זאב ראטה אב"ד אוהעל;
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    פרשת גדולת מרדכי, עמוד 26.