רוי:רבי אלעזר הקליר
רבי אלעזר בירבי קליר (אויך קיליר), אדער רבי אלעזר הקליר איז געווען א דיכטער פון ארץ ישראל פון די חשוסע קלאסישע דיכטער. די פונקטליכע צייט ווען ער האט געלעבט איז נישט באוואוסט; טייל זאגן אז ער איז פון די צייט פון די תנאים, אנדערע רוקן אראפ זיין צייט ביז ענדע די תקופה וואס די ביזאנטישע אימפעריע האט געוועלטיגט אין ארץ ישראל און די ערשטע יארן פון די געוועלטיגן פון די מוסלמענער אין ארץ ישראל. ער האט פארפאסט זייער אסאך פיוטים , וואס טייל פון זיי זענען אריין אין די מחזורים פון דאווענען אין נוסח אשכנז, נוסח צרפת, נוסח איטאליע אן נוסח רומעניע, און נאך אסאך זענען געפונען געווארן אין קאיר גניזה.
ער האט געשריבן אסאך פיוטים, למשל די קרובות וואס מען זאגט ביי דער הויכער שמונה עשרה פון שחרית אום יום טוב און געוויסע שבתים.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!