מסכת ראש השנה

פון המכלול
ווערסיע פון 13:58, 15 סעפטעמבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (מכלוליזאציע, השלמות)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
מסכת ראש השנה, דפוס ראם, ווילנא, ה'תרמ"א

מסכת רֹאשׁ הַשָּׁנָה איז די אכטע מסכתא[1] אין סדר מועד, דער דריטער סדר אין משניות. די מסכתא באהאנדלט דעם יום טוב ראש השנה, אנהייבנדיג מיט די הלכות פונעם אידישער יאר בכלל און קידוש החודש. די מסכתא איז איינגעטיילט אין פיר פרקים, וואס אין זיי 35 משניות.

די מסכתא האט א גמרא אין תלמוד בבלי, וואס אנטהאלט 34 דפים אין די אנגענומענע צורת הדף, און אין תלמוד ירושלמי.

ארט אין סדר מועד

די הלכות פון שופר ווערן אויסגעשמועסט אין מסכת ראש השנה.

דער רמב"ם ערקלערט[2], אז נאך די הלכות פון שבת און אנדערע ימים טובים (פסח, יום כיפור, סוכות, און שבועות וואס האט נאר די אלגעמיינע הלכות פון יום טוב), וואס זייערע מסכתות זענען געפעדערט געווארן יעדע מיט איר טעם, איז נאך פארבליבן איין יום טוב וואס שטייט ארויס אין די תורה - ראש השנה; און דערפאר קומט די מסכתא נאך מסכת ביצה וואס רעדט זיך פון די אלגעמיינע הלכות פון יום טוב. דער סדר ווערט אויך דערמאנט אין אגרת רב שרירא גאון[3].

אין די פארשפרייטע אויפלאגעס פון תלמוד בבלי איז אבער געטוישט דער סדר, און מסכת ראש השנה איז געשטעלט אלס די פינפטע מסכתא פון סדר מועד, צווישן מסכת שקלים[4] און מסכת יומא. טייל שפעקולירן אז דאס איז צו צופאסן דעם סדר פון די מסכתות צום סדר פון די ימים טובים דורכאויס דעם יאר, אדער פון א טעכנישע געברויך צו איינטיילן די בענדער פון תלמוד בבלי לויטן צאל פון זייערע בלעטער[5].

רבי מנחם המאירי דערמאנט אז מען איז געווען געוואוינט צו לערנען די מסכתות אויף אן אנדערן סדר, לויט וועלכע מסכת ראש השנה איז געווען די ערשטע פון די מסכתות אויף באזונדערע ימים טובים, אויסקומענדיג צווישן מסכת מועד קטן און מסכת יומא[6].

פרקים און אינהאלט

מסכת ראש השנה פארמאגט פיר פרקים:

  1. ארבעה ראשי שנים – דער פרק באהאנדלט די טעג וועלכע ווערן באטראכט די אנהייב פון יאר פאר פארשידענע ענינים, ווי אויך די באשטימטע צייטן פון משפט אין בית דין של מעלה. דאס ווערט נאכגעפאלגט מיט די צייטן ווען מען שיקט שלוחים צו מעלדן ווען ראש חודש איז באשטימט געווארן, און די צייטן ווען די וועלכע האבן געזען די לבנה מעגן מחלל שבת זיין צו קומען עדות זאגן. דרך אגב ווערן אויסגעשמועסט וועלכע מענטשן זענען פסול צו אזא עדות. דער פרק פארמאגט 9 משניות[7].
  2. אם אינן מכירין – דער פרק באהאנדלט די הלכות פון אננעמען די עדות פאר קידוש החודש: וועמען מען נעמט אן, וויאזוי מען פרעגט זיי אויס, וואו זיי קענען גיין דערנאך אויב זענען זיי אנגעקומען אום שבת. דרך אגב ווערט אויסגעשמועסט וויאזוי מען פלעגט אמאל מעלדן ווען ראש חודש איז באשטימט געווארן, און פארוואס עס האט זיך געטוישט. דער פרק פארמאגט 9 משניות.
  3. ראוהו בית דין – דער פרק פירט אויס וויאזוי מען איז מקדש דעם חודש, נאכדעם וואס מען אנגענומען די עדות. דאס ווערט נאכגעפאלגט מיט די הלכות פון שופר אין ראש השנה און אנדערע טעג ווען תקיעת שופר גייט אן (ווי תעניות ציבור און יובל). דער פרק פארמאגט אכט משניות.
  4. יום טוב – דער פרק הייבט אן מיט די הלכות פון תקיעת שופר אום שבת, און דרך אגב נאך עטליכע תקנות וואס רבן יוחנן בן זכאי האט איינגעפירט נאך חורבן בית המקדש. דאס ווערט נאכגעפאלגט מיט דער סדר פון די תפילות און ברכות פון ראש השנה, איבערהויפט די פסוקים פון מלכויות זכרונות שופרות וואס דער שופר ווערט געבלאזן נאך זיי. עס פירט אויס די הלכות פון תקיעת שופר, שליסנדיג מיט דער סדר פון די תקיעות זעלבסט. דער פרק פארמאגט 9 משניות.

תלמוד בבלי

פראמינענטע סוגיות

מפרשים

וויכטיגע מפרשים אויף מסכת ראש השנה נעמען אריין, צווישן אנדערע:

צו ליינען מער

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

  1. לויטן סדר אין משניות, זעט ווייטער
  2. פירוש המשניות, הקדמה
  3. אויך פון רש"י, ראש השנה ד, ב, ד"ה פז"ר קש"ב זעט מען אז מסכת ראש השנה קומט שפעטער ווי די מסכתות יומא און סוכה.
  4. א מסכתא פון תלמוד ירושלמי וואס איז אריינגעדרוקט צווישן די מסכתות פון תלמוד בבלי, וואו עס פעלט די מסכתא.
  5. הקדמה למסכת יומא, פון מאורות הדף היומי.
  6. בית הבחירה, אין די פתיחה בעפאר מסכת ברכות און אין אנהייב מסכת ראש השנה
  7. דער צאל פון משניות אין אלע פרקים לויט ווי געדרוקט אין דפוס ראם, ווילנא תרפ"ט. אין אנדערע דרוקן קען עס זיין אנדערש איינגעטיילט.
  8. ד, א
  9. 9.0 9.1 ט, א
  10. יג, א
  11. כ, א
  12. כב, ב
  13. 13.0 13.1 כח, א
  14. 14.0 14.1 כח, ב
  15. כט, א
  16. לא, א
  17. לד, ב


קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען