רוי:חדש

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
איסור חדש
(הויפט מקורות)
מקרא ויקרא כג, יד
משנה מנחות פרק י'
תלמוד בבלי מנחות עא
משנה תורה משנה תורה לרמב"ם, ספר קדושה, הלכות מאכלות אסורות, פרק ב', הלכה ה'
שולחן ערוך שולחן ערוך, יורה דעה, סימן רצ"ג
ספרי מניין המצוות ספר המצוות, לאו קפ"ט, ספר המצוות, לאו ק"צ, ספר המצוות, לאו קצ"א
ספר החינוך, מצוה ש"ג, מצוה ש"ד, מצוה ש"ה

אין חומש[1] ווערט געזאגט אז ווען מען שניידט אין ארץ ישראל נייע תבואה, זאל מען דעם ערשטן שניט, דעם "עומר", ברענגען פאר א קרבן, און איידער מען ברענגט דעם דאזיגן עומר טאר מען פון דער נייער תבואה נישט עסן. די דאזיגע פארבאטענע נייע תבואה האט אין דער משנה און גמרא[2] געהייסן "חדש" (ניי).

דעם עומר האט מען מקריב געווען אין בית המקדש דעם צווייטן טאג פסח. אבער אויך נאכן חורבן פון בית המקדש, ווען מען האט נישט מקריב געווען מער קיין עומר, האט מען פארבאטן צו עסן חדש ביז דעם צווייטן טאג פסח ביינאכט[2].

וועגן דער פראגע, צו אויך אויסער ארץ-ישראל (חוץ לארץ) איז חדש פארבאטן, זענען פארהאן פארשידענע מיינונגען. פרטים אין רמב"ם משנה תורה[3].

רעפערענצן

  1. ויקרא כג
  2. 2.0 2.1 מנחות סח און אנדערע ערטער
  3. משנה תורה לרמב"ם, הלכות תמידים ומוספין, פרק ז'


Logo hamichlol yi.png
דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!


קלארשטעלונג: די אינפארמאציע אויף המכלול איז בלויז פאר בארייכערונג און זאל נישט געזען ווערן ווי א פסק הלכה.