מזרח-אייראפע

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

מזרח אייראפע איז א געאגראפישע ראיאן אין די אייראפעאישע קאנטינענט. די טערמין איז פילדייטיג און איר באדייט און גרעניצן ווערן דעפינירט דורך פארשידענע גורמים, ווי געאגראפיע, עטניציטעט, קולטור און רעליגיע, געאפאליטיק און עקאנאמיע.

די געאגראפישע גרעניצן הייבן זיך אן אין מזרח אויפ'ן אייראפעאישער טייל פון רוסלאנד, מערב פון די אוראל בערג און קאווקאז בערג. עס ציט זיך מערב צו די רוסישע מערב גרעניץ, געווענליך ווערט אויך אריינגערעכנט די דערנעבנדע בעלארוס און אוקריינע. לויזערע הגדרות לייגן צו אויך אלע לענדער וואס זענען האבן אויסגעמאכט דעם ווארשע פאקט אונטער די איינפלוס פון סאוויעט רוסלאנד. קולטורעל ווערט עס געווענליך דעפינירט ביי לענדער מיט עטנישע סלאוון, און ארטאדאקסישע קריסטן.

באדייטן

געאגראפיש

די מזרח גרעניצן זענען קלאר דעפינירט, און הייבט זיך אן מיט די גרעניצן פון אייראפע, ביי די אוראל בערג, אוראל טייך, און די קאווקאזן בערג. אלע שטחים מערב דערפון זענען אין מזרח אייראפע, אריינגערעכנט מערב חלקים פון קאזאכסטאן, כאטש וואס דאס לאנד איז איבערהויפט אין צענטראל אזיע. עס איז אבער נישטא א מיטל פונקט וואו מזרח און מערב אייראפע ווערן פונאנדערגעשיידט געאגראפיש, און די מערב גרעניצן ווערן דעפינירט דורך עטנישע, קולטורעלע און פאליטישע גורמים.

רעליגיעז

זינט די צעטיילונג פון קריסטליכע קירכע אום 1054 איז געווארן א ריס צווישן די לענדער אין מזרח אייראפע וואס האבן אנגעהערט צום מזרח ארטאדאקסישע קירכע וועלכע זענען געווען פאראייניגט מיט'ן רעליגיע, סלאווישע שפראכן און קירילישע שריפט, און די מערב קאטויליש און פראטעסטאנטיש קריסטליכע לענדער.

די צעטיילונג איז איין וועג צו דעפינירן די גרעניצן פון מזרח אייראפע, די מזרח ארטאדאקסיש דאמינירטע לענדער ווערן פאררעכנט אלס מזרח, אריינגערעכנט:

  • אוקראינעאוקראינע אוקראינע
  • ארמעניעארמעניע ארמעניע
  • בולגאריעבולגאריע בולגאריע
  • בעלארוסבעלארוס בעלארוס
  • גרוזיעגרוזיע גרוזיע
  • גריכנלאנדגריכנלאנד גריכנלאנד (ווערט אין מערסטנס פעלער נישט פאררעכנט אלס מזרח אייראפע כאטש איר גרויסע ארטאדאקסישע מערהייט, זייענדיג מער באאיינפלוסט פון די מיטל-מזרח קולטורעל, און פאליטיש נישט געווען קאמוניסטיש.)

די קאטויליש און פראטעסטאנטיש דאמינירטע לענדער פון מערב און צענטראל אייראפע זענען אויסער די מזרח גרעניצן, און וועלן געהערן צו צענטראל אדער מערב אייראפע לויט דעם דעפיניציע, אריינגערעכנט די באלקאן לענדער, פוילן, טשעכיי סלאוואקיע און אונגארן.

געאפאליטיש

דורכאויס די קאלטע קריג, און אויך היינט נאך די צוזאמפאל פונעם אייזערנעם פארהאנג ווערט דער טערמין "מזרח אייראפע" רעפערירט צו די קאמוניסטישע לענדער, און ווערט געניצט אלס נאך א וועג צו באצייכענען די מזרח בלאק אדער ווארשע פאקט, און וועט אריינרעכענען די לענדער:

די באלקאן לענדער (עסטלאנד, לעטלאנד און ליטא) ווערן היינט געווענליך צוליב איר געאגראפישע און קולטורעלע נאנטשאפט פאררעכנט אלס טייל פון צפון אייראפע.

היסטאריע

רעפערענצן