מוסטער:י' תשרי
| ►► | געשעענישן אינעם לוח / י' תשרי דערפרישן די הויפט בלאט |
◄◄ |
|---|
יום כיפור
- יום כיפור, דער הייליגסטער טאג אין יאר
- ב'מ"ז – ברית מילה ווערט געגעבן פאר אברהם אבינו, לויט איין מקור
- ב'פ"ה – עקידת יצחק, לויט איין שיטה
- ב'תמ"ט – משה רבינו קומט אראפ פון הר סיני מיט די צווייטע לוחות, און מיט א בשורה אז השי"ת האט מוחל געווען דעם חטא העגל
- ה'רנ"ג – אלע אידן, אריינגערעכנט פליטים פון שפאניע, ווערן פארטריבן פון פערפיניאן, פראנקרייך
- ה'תש"א – חורבן אייראפע: ארויסגעגעבן דער באפעל אויפצושטעלן דער ווארשעווער געטא
- ה'תשל"ד – ברעכט אויס די יום כיפור מלחמה, ווען עגיפטן און סיריע אטאקירן מדינת ישראל
- ג'ק' – זכריה בן יהוידע, דער כהן גדול און א נביא, אומגעברענגט אין בית המקדש אויפ'ן באפעל פון קעניג יהואש
- ג'תתפ"ג – רבי עקיבא, אומגעברענגט אויף קידוש השם דורך די רוימער
- ה'תרנ"ה – רבי נפתלי חיים הורוויץ, דער צדיק פון ירושלים
- ה'תשט"ו – רבי יהודה לייב אשלג, מחבר פונעם "סולם" אויפן זוהר
- ה'תשל"ז – רבי משה יצחק געווירצמאן, פשעווארסקער רבי אין אנטווערפן
- ה'תש"ע – רבי שמעון נתן נטע בידערמאן, לעלובער רבי אין בני ברק
- ה'תשע"ט – רבי אליהו כ"ץ, סאטמארער רב אין בני ברק