ברוך שאמר

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
טעקע:Baruch Sheamar prayer Koren Siddur.jpg
"ברוך שאמר" (נוסח אשכנז) מיט ענגלישע איבערזעצונג

ברוך שאמר איז א ברכה וואס ווערט געזאגט יעדן טאג ביי שחרית, אלס א פתיחה פאר פסוקי דזמרה, און הייבט זיך אן מיט די ווערטער "ברוך שאמר".

די ברכה הייבט אן מיט א סעריע לויבונגען פאר'ן אויבערשטן, אויפ'ן סטיל פון "ברוך... ברוך... ברוך...", און פירט אויס מיט א לענגערע ברכה וואס באצייכנט דעם לויב פונעם באשעפער דורך זיינע ערליכע. ביים סוף פון די פסוקי דזמרה ווערט געזאגט נאך א ברכה, וועלכע ווערט אנגערופן ישתבח.

מקור

"ברוך שאמר" ווערט נישט דערמאנט אין תלמוד בבלי. עס ווערט דערמאנט צום ערשט אין זוהר[1], אין תנא דבי אליהו[2], דורך רב משה גאון (שנת ד'תקפ"ה בערך)[3], און דורך רב עמרם גאון[4]. לויט ווי געברענגט דורך טייל ראשונים, ווערט די ברכה שוין דערמאנט אין ספר היכלות[5].

דער רי"ף[6], נאכדעם וואס ער ברענגט דעם גמרא[7] אז מען זאגט "פסוקי דזמרה", לייגט ער צו אז די רבנן האבן מתקן געווען צו זאגן "ברוך שאמר" פאר דעם און "ישתבח" נאכדעם. די חוקרים (יום טוב ליפמאן צונץ, יצחק משה עלבאגן) שפעקולירן אז עס שטאמט פון דער תקופה פון די סבוראים. רבי חזקיה די סילוה[8] האט אנגענומען אז עס שטאמט פון די גאונים, און דעריבער וואונדערט ער זיך וויאזוי האבן זיי געקענט מתקן זיין א נייע ברכה נאך דער חתימת התלמוד[א].

אינעם ספר פון רבי נתן בן יצחק הבבלי ווערט דער ערשטער חלק פון "ברוך שאמר" געברענגט אלס א פיוט וואס מען האט געזינגען ווען מען האט ממנה געווען דעם ריש גלותא, ווען דער חזן האט פארגעזאגט, און דער קהל האט געענטפערט נאך יעדן שטיקל "ברוך הוא"[9].

אין די ספרי קבלה ווערט געברענגט אז די אנשי כנסת הגדולה האבן מתקן געווען די ברכה, לויט א צעטל וואס איז אראפגעפאלן פון הימל, וואס דארט איז געשטאנען דער שבח[10].

נוסחאות

ספרד'ישע סידור פאר שלש רגלים ווייזנדיג צוויי נוסחאות פאר "ברוך שאמר".

אינ'ם נוסח ארץ ישראל האט מען בכלל נישט געזאגט "ברוך שאמר", נאר בעפאר די פסוקי דזמרא (וואס זיי האבן געזאגט אויף אן אנדערן סדר) האבן זיי געזאגט אן אנדערן ברכה, וועלכע זיי האבן אויך געזאגט אין אנדערע געלעגנהייטן פאר'ן זאגן קאפיטלעך פון תהלים[11]. אין א שפעטערע תקופה האבן זיך אריינגעכאפט מנהגים פון בבל אינ'ם נוסח פון ארץ ישראל, און מען האט אנגעהויבן זאגן, אדער אין צוגאב צום סדר פון ארץ-ישראל אדער אנשטאט דעם, די פסוקי דזמרא פון בבל, מיט "ברוך שאמר" בעפאר זיי[12].

אין די סידורים פון די גאונים[13] ווי אויך אינ'ם נוסח פון רמב"ם און אין תכלאל, און דורך זייער השפעה, אויך אין דעם אמאליגן נוסח פון די ספרדים[14] (און אזוי פירט מען זיך ביז היינט אין די ספרד'ישע קהילות פון מערב-אייראפע) און אינ'ם פרס'ישן נוסח האט מען געזאגט לענגערע נוסחאות פון "ברוך שאמר", ווי למשל דאס צולייגן: ”ברוך מעביר אפילה ומביא אורה, ברוך אל חי לעד וקיים לנצח, ברוך שאין לפניו עולה ולא שכחה [לא כזב ולא מרמה[15]] ולא משוא פנים ולא מקח שוחד, צדיק הוא בכל דרכיו, ברוך הוא וברוך שמו; ברוך זכרו לעולמי עד”[16]. אין א געוויסע כתב יד פון נוסח רומניא איז דא אן אנדערן נוסח, גאר לאנג, געבויט לויט'ן סדר פונ'ם גאנצן אלף בית, און נאך יעדן אות האט מען געזאגט: 'ברוך הוא וברוך שמו'.[מקור פארלאנגט]

דערקעגן, אין די נוסחאות פון אשכנז, צרפת, איטאליע, און רוב נוסחאות פון נוסח רומניא איז דער נוסח פיל קורצער[16]. במשך די דורות, צווישן אנדערן, דורך די השפעה פון אר"י, זענען די מערסטע טייל פון ספרדים אריבערגעגאנגען צום קורצערן נוסח[17].

הוספות

האדרת והאמונה

אין סידור הרוקח[18] שטייט: 'אין "ברוך שאמר" איז דא 87 ווערטער, ווייל עס איז נתקן געווארן קעגן "ראשו כתם פז", און מען זאל נישט מוסיף זיין דערצו, און עס איז נתקן געווארן קעגן "האדרת והאמונה"[19], ווייל אזוי שטייט אין ספר רקמה אז עס שטייט אין די שריפט פון מלאכים, אז 'האדרת והאמונה' איז זייער שיר".

אין פרי עץ חיים[20] שטייט אז יעדן שבת זאל מען זאגן דעם פיוט "האדרת והאמונה" אלס א הכנה פאר "ברוך שאמר", און אזוי איז דער מנהג ביי חסידים עס צו זאגן יעדן שבת און יום טוב ביי פסוקי דזמרא, בעפאר "ברוך שאמר".

הריני מזמן את פי

אין סידורים איז געדרוקט צו זאגן בעפאר "ברוך שאמר": הריני מזמן את פי להודות ולהלל ולשבח את בוראי, לשם יחוד קודשא בריך הוא ושכינתיה על ידי ההוא טמיר ונעלם בשם כל ישראל.

שבת און יום טוב

אין די ישיבות פון ארץ ישראל אין דער תקופה פון די גאונים האט מען געזאגט דעם אנפאנג פון "ברוך שאמר" נאר אויף שבת און יום טוב, און אין די וואכן טעג האט מען אנגעהויבן מיט די ברכה זעלבסט (ברוך אתה ה' וכו'). אזוי אויך שטייט אין סידור רב סעדיה גאון. אין סדר רב עמרם גאון שטייט אז שבת לייגט מען צו: ”ברוך אשר נתן מנוחה לעמו ישראל”, און יום טוב: ”ברוך אשר נתן מועדי שמחה וחגי נדבה לעמו ישראל”.

אינ'ם אמאליגן נוסח פון די ספרדים לייגט מען צו אויף שבת: ”ברוך המנחיל מנוחה לעמו ישראל ביום שבת קודש”, און אין יום טוב: ”ברוך שנתן לעמו ישראל את יום חג [פלוני] הזה, את יום טוב מקרא קודש הזה”.
רבי יוסף בן אבִיתוּר האט פארפאסט פיוטים צו זאגן ביים אנפאנג פון "ברוך שאמר" אויף ספעציעלע טעג. למשל, אויף פסח: "ברוך אשר אל עליון נקרא, יושב על שבעה רקיעים וסובלם כו'", אויף יום כיפור: "ברוך אשר אִשש דוק וחוג בעשרה מאמרות וכיללם כו'", און דערנאך איז מען ממשיך מיט א לאנגע פיוט וועגן די עשרה מאמרות[21].

נוסח ספרד

בָּרוּךְ שֶׁאָמַר וְהָיָה הָעוֹלָם. בָּרוּךְ הוּא.

„געבענטשט איז דער וואס האט געזאגט און עס איז געווארן דער וועלט. געבענטשט איז ער.“

בָּרוּךְ אוֹמֵר וְעֹשֶׂה[22]. בָּרוּךְ גּוֹזֵר וּמְקַיֵּם. בָּרוּךְ עֹשֶׂה בְרֵאשִׁית. בָּרוּךְ מְרַחֵם עַל הָאָרֶץ[23].

„געבענטשט איז דער וואס זאגט און טוט. געבענטשט איז דער וואס פארשפּרעכט און האלט איין. געבענטשט איז דער וואס מאכט די ווערק פון בראשית. געבענטשט איז דער וואס וואס דערבארעמט זיך אויף די ערד.“

בָּרוּךְ מְרַחֵם עַל הַבְּרִיּוֹת. בָּרוּךְ מְשַׁלֵּם שָׂכָר טוֹב לִירֵאָיו. בָּרוּךְ חַי לָעַד וְקַיָּם לָנֶצַח. בָּרוּךְ פּוֹדֶה וּמַצִּיל. בָּרוּךְ שְׁמוֹ.

„געבענטשט איז דער וואס דערבארעמט זיך אויף די באשעפענישן. געבענטשט איז דער וואס באצאלט א גוטע לוין פאר די וואס פארכטן אים. געבענטשט איז דער וואס לעבט אויף אייביג און עקזיסטירט אויף שטענדיג. געבענטשט איז דער וואס טוט אויסלייזן און רעטן. געבענטשט איז זיין נאמען.“

בָּרוּךְ אַתָּה ה' אֱלהֵינוּ מֶלֶךְ הָעוֹלָם. הָאֵל אָב[24] הָרַחֲמָן הַמְהֻלָּל בְּפֶה[25] עַמּו. מְשֻׁבָּח וּמְפֹאָר בִּלְשׁוֹן חֲסִידָיו וַעֲבָדָיו.

„געבענטשט ביזטו ה' אונזער גאט דער קעניג פון דער וועלט. דער שטארקער גאט. דער דערבארעמדיגער פאטער. וואס איז געלויבט אין מויל פון זיין פאלק. ער איז גערומט און באשיינט אין די שפראך פון זיינע ערליכע און זיינע קנעכט.“

וּבְשִׁירֵי דָוִד עַבְדֶּךָ[26] נְהַלֶּלְךָ ה' אֱלֹהֵינוּ בִּשְׁבָחוֹת וּבִזְמִירוֹת. וּנְגַדֶּלְךָ[27] וּנְשַׁבֵּחֲךָ וּנְפָאֶרְךָ וְנַמְלִיכְךָ וְנַזְכִּיר שִׁמְךָ[28] מַלְכֵּנוּ אֱלֹהֵינוּ. יָחִיד חֵי[29] הָעוֹלָמִים. מֶלֶךְ מְשֻׁבָּח וּמְפֹאָר עֲדֵי עַד שְׁמוֹ הַגָּדוֹל: בָּרוּךְ אַתָּה ה' מֶלֶךְ מְהֻלָּל בַּתִּשְׁבָּחוֹת[30].

„און מיט די געזאנגען פון דוד דיין קנעכט וועלן מיר דיך לויבן, ה' אונזער גאט, מיט רום און געזאנג, און מיר וועלן דיך גרויסן, און מיר וועלן דיך רומען, און מיר וועלן דיך באשיינען, און מיר וועלן דיך מאכן קעניגן, און מיר וועלן דערמאנען דיין נאמען, אונזער קעניג אונזער גאט, דער איינציגער, וואס גיבט לעבן פאר אלע וועלטן. דער קעניג וואס איז בארומט און באשיינט ביז אייביג זיין גרויסן נאמען. געבענטשט ביזטו ה', דער קעניג וואס איז געלויבט מיט רום.“

מנהגים און הלכות

רבי אברהם זכות[31] שרייבט אז אינ'ם ערשטן שבת ווען מען האט ממנה געווען א ראש הגולה אין בבל האט דער חזן געזינגן "ברוך שאמר והיה העולם", און די בחורים האבן געענטפערט "ברוך הוא"; דער חזן האט געזאגט "ברוך עושה בראשית" און די בחורים האבן געענטפערט "ברוך הוא", און אזוי אויף יעדע שטיקל וואס פאנגט זיך אהן "ברוך" האט מען געענטפערט "ברוך הוא". ר' שלמה אבן ווירגא[32] ברענגט צו דעם סדר פון זאגן "ברוך שאמר" לכבוד דעם ראש הגולה אויף אן אנדערן אופן: דער חזן האט אנגעהויבן "ברוך שאמר", און די ראשי הישיבות האבן געענטפערט "ברוך אומר ועושה", דערנאך האט דער חזן געזאגט "ברוך גוזר ומקיים", און זיי האבן געענטפערט "ברוך עושה בראשית" וכו'. ר' זעליגמאן בער[33] שרייבט אז דער סדר איז נאר געווען ווען מען האט עס געזינגען לכבוד דער ריש גלותא. אבער ביים דאווענען האט מען עס נישט געזינגען ווי א פזמון, נאר יעדער האט געזאגט דער גאנצער נוסח, אויך די ווערטער "ברוך הוא", וועלכע זענען א חלק פונ'ם גוף הברכה.

דער רי"ף[6] שרייבט אז מ'טאר נישט אויסרעדן פון אנהויב "ברוך שאמר" ביז נאך "שמונה עשרה"[34].

דער טור[35] שרייבט אז מען דארף זאגן "ברוך שאמר" מיט א ניגון און א זיסקייט.

מען פירט זיך עס צו זאגן שטייענדיג[36] און מען זאל אנכאפן די צוויי פאדערשטע ציצית[37]. ווען מען ענדיגט "ברוך שאמר" גיבט מען א קיש די ציצית[38].

אין די יעקישע קהילות איז דער מנהג אז דער חזן זאגן דעם גאנצן תפלה פון "ברוך שאמר" הויך[39], נישט ווי דעם גאנצן דאווענען וואס ער זאגט הויך נאר די אנפאנג און סוף.

לויט מנהג אשכנז זאגט מען "ברוך שאמר" בעפאר "הודו", און לויט מנהג ספרד נאך "הודו"[40].

ענטפערן אמן

לגבי ענטפערן אמן אינמיטן "ברוך שאמר":

  • אויב מען האלט אינמיטן דעם ערשטן שטיקל בעפאר "ברוך אתה ה'", איז כאילו מען האט נאכנישט אנגעהויבן דער ברכה, און מען מעג ענטפערן אמן אויף אלע ברכות.
  • אויב מען האלט נאך "ברוך אתה ה' אלקינו מלך העולם", מעג מען ענטפערן אמן אויף אלע ברכות, אבער אויפ'ן ברכה פון "ברוך שאמר" זעלבסט זאל מען נישט ענטפערן אמן אויב מען האט עס געהערט פון א צווייטן וואס האט געענדיגט דער ברכה.
  • נאך דעם צווייטן "ברוך אתה ה'", בעפאר מען האט געענדיגט "מלך מהולל בתשבחות", טאר מען נישט מפסיק זיין צו ענטפערן אמן אויף קיין שום ברכה[41]. ענליך צו דעם איז דער דין לגבי איינער וואס האלט אינמעטן ישתבח. דער טעם פארוואס די ברכות זענען אנדערש פון אנדערע ברכות איז ווייל זיי ווערן נישט דערמאנט אין גמרא.

אויב מען האט געענדיגט "ברוך שאמר" בעפאר דער שליח ציבור האט געענדיגט, ענטפערט מען אמן נאך דער ברכה פונ'ם שליח ציבור[42].

ברוך הוא וברוך שמו

אין "ברוך שאמר" געפינען זיך די אויסדרוקן "ברוך הוא" און "ברוך שמו". לויט איין דעה, זענען די אויסדרוקן אריגינעל געווען געאייגענט פאר דער קהל אלס אן ענטפער פאר די שבחים וואס דער חזן האט געזאגט. דער מנהג איז שפעטער בטל געווארן, אבער עס איז געבליבן ביים מנהג פון ענטפערן "ברוך הוא וברוך שמו" ווען מען דערמאנט דעם שם ה' ביי די ברכות[43].

צו ליינען מער

דרויסנדע לינקס

  • אָודיאָו דער ברכה ברוך שאמר, אויף הפיוט והתפילה וועבזייטל

נאטיצן

  1. אויף אנדערע ברכות (ווי צום ביישפיל די ברכות פון המקדש שמו ברבים, ברוך ה' לעולם, און אשר צג אגוז), געפינען מיר א התנגדות אין פוסקים, צוליב דעם וואס די ברכות ווערן נישט דערמאנט אין ש"ס. אבער די ברכה פון "ברוך שאמר" איז געווארן אנגענומען ביי אלעמען אן א חולק, אזוי ווי די ברכה פון הנותן ליעף כח.

רעפערענצן

  1. ספר הזוהר, חלק ב, דף רט"ו, עמוד ב'

  2. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    תנא דבי אליהו, אליהו זוטא, פרק ד'
  3. געברענגט אין
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    ספר הערוך, ערך תפל ג'. זעט אויך הגהות מימוניות אויפ'ן משנה תורה לרמב"ם, ספר אהבה, הלכות תפילה וברכת כהנים, פרק ז', הלכה י"ב אין נאמען פון "גאון".
  4. סדר רב עמרם גאון, פסוקי דזמרא.
  5. זעט: טור, אורח חיים, סימן נ"א, און
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    רבי יצחק אבוהב, מנורת המאור, סי' צ"ג, וועלכע ברענגען פון דארט אז אין ברוך שאמר זענען פארהאן 87 ווערטער. אין די געדרוקטע ספרי היכלות איז דאס נישטא.
  6. 6.0 6.1 מסכת ברכות דף כ"ג פון די דפין פונעם רי"ף (ווילנער דרוק). זעט אויך רבינו יונה דארט (ד"ה ותקינו רבנן) אין נאמען פון רב עמרם גאון.
  7. שבת קיח, ב
  8. אין זיין ספר
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    פרי חדש, סימן נא סעיף א.
  9. זכור לאברהם (חולון), תשס"ד, טו-קג.
  10. טור, אורח חיים, סימן נ"א און
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    רבי יצחק אבוהב, מנורת המאור, סי' צ"ג אין נאמען פון ספר היכלות; אור זרוע פון רבי דוד בן יהודה החסיד אן אייניקל פון רמב"ן (נישט פארטוישן מיט'ן באקאנטן אור זרוע), הוצאת אורים, זייט 124, געברענגט אין תולעת יעקב פון רבי מאיר אבן גבאי און פון דארט אין טורי זהב, אורח חיים, סימן נ"א, ס"ק א'.
  11. למשל בעפאר מעריב אויף שבת און יום טוב. דער נוסח פונ'ם ברכה: ”בָּרוּךְ אַתָּה ה' אֱלֹהֵינוּ מֶלֶךְ הָעוֹלָם, אֲשֶׁר בָּחַר בְּדָוִיד עַבְדּוֹ, וְרָצָה בְשִׁירֵי קָדְשׁוֹ, לְפָאֲרוֹ לְהַלְּלוֹ לְרוֹמְמוֹ לְתָקְפּוֹ עַל כָּל גְּבוּרוֹתָיו. בָּרוּךְ אַתָּה ה' אֱלֹהֵי דָוִד, מַצְמִיחַ יְשׁוּעָה שְׁלֵימָה וקְרוֹבָה לְעַמּוֹ יִשְׂרָאֵל, וּבוֹנֵה יְרוּשָׁלָיִם.”.
  12. שרה חבשוש, השפעת נוסח אשכנז על נוסח ספרד בברכת ברוך שאמר, בר אילן אוניווערסיטעט תשע"ג, זייטן 2–3, און זייטן 9–10, ספריית אסיף.
  13. למשל סדר רב עמרם גאון, זייט 2
  14. ווי צום ביישפיל טייל פון די קהילות פון מאראקא וועלכע האבן דאס געזאגט אויף שבת. זעהט סידור "אבותנו" פון רבי מאיר אלעזר עטיה.
  15. נוסח תימן און רמב"ם.
  16. 16.0 16.1 חבשוש, השפעת נוסח אשכנז על נוסח ספרד בברכת ברוך שאמר, זייטן 3–5, און זייטן 10–19.
  17. חבשוש, השפעת נוסח אשכנז על נוסח ספרד בברכת ברוך שאמר, זייטן 68–69.

  18. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    פירושי סידור התפילה לרוקח, זייט מו.
  19. זעהט
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    סידור ר' הירץ, ביי די תפילות פון יום כיפור: "אין 'האדרת והאמונה' איז דא 87 ווערטער אזוי ווי אין 'ברוך שאמר' און אזוי ווי די אותיות פון ברכת כהנים, ער זאל זייער מכוון זיין מיט זיין גאנצן הארץ ווייל דאס איז דער שיר פון די מלאכים אזוי ווי עס שטייט אין ספר המרכבה, אבער איך קען נישט מכוון זיין דעם חשבון".
  20. שער הזמירות פ"ד.
  21. זעהט "מאגרים" - מפעל המילון ההיסטורי.
  22. לויט נוסח אשכנז איז דער סדר: "ברוך עושה בראשית, ברוך אומר ועושה, ברוך גוזר ומקיים, ברוך מרחם על הארץ וכו'".
  23. טייל זאגן אז דער גר"א האט נישט גורס געווען די ווערטער "ברוך מרחם על הבריות", אבער אנדערע זאגן אז דאס איז נישט מוכרח (זעהט סידורים "אזור אליהו" און "מעדני אשר").
  24. טייל בעלי מדקדקים האבן געטוישט דעם ווארט פאר "האב" (מיט ה' הידיעה). דער מקור פון דעם שינוי נעמט זיך פונ'ם משכיל'ישער בעל מדקדק יצחק סאטאנאוו אין זיין סידור "ויעתר יצחק" (לויט סידור "אזור אליהו").
  25. דער נוסח ("בפה", מיט א סגול) ווערט אראפגעברענגט אין מגן אברהם (סי' נ"א ס"ק א') אין נאמען פון "כוונות" [פונ'ם אריז"ל], און אזוי ווערט אויך געברענגט אין משנה ברורה (סי' נ"א ס"ק א'). אנדערע זאגן אז לויט דעם דקדוק דארף מען זאגן "בפי" מיט א חיריק (סידור "מעדני אשר" אין נאמען פון גר"א [סידור כתב יד] און רבי וואלף היידנהיים).
  26. לויט דעם אריגינעלן מנהג פון פסוקי דזמרה, האט מען נאר געזאגט פסוקים פון דוד המלך, און דעריבער ווערט אין דער ברכה באצייכנט דווקא די שירה פון דוד. (דער רמב"ם דערמאנט דעם מנהג צו זאגן "אז ישיר", אבער הערשט נאך די ברכה פון "ישתבח", וויבאלד עס איז נישט פון די שירות פון דוד). לויט דעם שפעטערן מנהג האט מען אויך אריינגעלייגט אין פסוקי דזמרה דעם שירת הים, אבער די ברכה איז געבליבן מיט איר אריגינעלן נוסח. דער שבח פון נשמת האט מען אויך מתקן געווען צו זאגן שבת און יום טוב אלס א סיום צו די שירות פון דוד.
    טייל זאגן אז די ווערטער "ובשירי דוד עבדך" גייען אויף ארויף: "ער איז גערימט און באשיינט אין די שפראך פון זיינע ערליכע און זיינע קנעכט און אין די געזאנגען פון דוד דיין קנעכט." דערנאך הייבט זיך אן א נייע זאץ: "מיר וועלן דיך לויבן" וכו' (סידור "מעדני אשר" אין נאמען פון סידור הרב און דער גר"א). לויט אנדערע גייען די ווערטער אויף אראפ (זעט סידור "מעדני אשר").
  27. טייל סידורים נוסח אשכנז זענען גורס "נגדלך" אהן א ו' (למשל, סידור "מעדני אשר"), אבער אנדערע זענען גורס מיט א ו' (זעהט סידור "אזור אליהו").
  28. אין טייל סידורים נוסח אשכנז איז דער סדר: "ונזכיר שמך ונמליכך מלכנו וכו'". און אזוי איז דער נוסח פונ'ם גר"א (זעהט סידור "אזור אליהו").
  29. דער גר"א און דער מנחת אלעזר זענען גורס "חי" מיט א צירי אונטערן ח', אבער אין די אלטע סידורים איז דער ח' געווען מיט א פתח (זעהט סידור "אזור אליהו" און דרכי חיים ושלום סי' קל"ג).
  30. "בתשבחות" זאגט מען מיט א חיריק אונטערן ת' (מגן אברהם סי' נ"א ס"ק א' אין נאמען פון "כוונות" [פונ'ם אריז"ל]; משנה ברורה סי' נ"א ס"ק א', און אזוי האט רבי שבתי סופר פארראכטן אין זיין סידור (צווישן די יארן ה'שע"ד–ה'שע"ח). אין די אלטע סידורים פון בעפאר רבי שבתי סופר איז געשטאנען מיט א שורק אונטערן ת' (לויט סידור "אזור אליהו").
  31. זעהט
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    ספר יוחסין.
  32. זעהט
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    שבט יהודה.

  33. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    ר' זעליגמאן בער, סדר עבודת ישראל, זייט 58. זעהט אויך כלבו סי' ד'.
  34. פונ'ם רבי'ן רבי אלימלך פון ליזשענסק ווערט געברענגט אז וויבאלד לויט מנהג אשכנז זאגט מען "הודו" נאך "ברוך שאמר", דעריבער האט ער מקפיד געווען נישט אויסרעדן פון "הודו" (טראצדעם וואס ער האט זיך געפירט ווי מנהג ספרד און ער האט נאך למעשה געהאלטן בעפאר "ברוך שאמר"). איינמאל האט דער חוזה פון לובלין געזעהן ווי זיין רבי, רבי אלימלך, איז זייער טרויעריג, און זיין רבי האט אים ערקלערט אז דאס איז צוליב דעם וואס וועגן פיקוח נפש (כדי צו מתפלל זיין פאר א מקשה לילד) האט ער געמוזט אויסרעדן נאכדעם וואס ער האט שוין אנגעהויבן "הודו" (כאטש ער האט נאך געהאלטן בעפאר "ברוך שאמר"), און צוליב דעם איז ער אזוי בצער, און הלוואי וועט מען מקבל זיין זיין תשובה (נפתלי אלימלך ווייס, ילקוט עובדות וסיפורים (ברוקלין, ה'תש"ס), זייט נ-נא, אין נאמען פון אהל אלימלך אות רצד).
  35. ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער <ref> טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמען טור
  36. רמ"א אין שולחן ערוך, אורח חיים, סימן נ"א, סעיף ז'.
  37. מגן אברהם סי' נ"א ס"ק א' אין נאמען פון "כוונות" [פונ'ם אריז"ל].
  38. סידור "עבודת השם" אין נאמען פון אור צדיקים עמוד התפלה סי' טז ס"ג.
  39. מדריך למנהג אשכנז המובהק, בני ברק תשע"ד, זייט 23.
  40. אין ספר בעל שם טוב על התורה (פרשת נח אות קמ"ב) ווערט געברענגט א טעם פארוואס מען פירט זיך צו זאגן "הודו" בעפאר די פסוקי דזמרא און נישט אינמיטן די פסוקי דזמרא, אבער אין די הגהות דארט (מקור מים חיים אות קל"ט) ברענגט ער אז אין סידור פון בעל שם טוב איז געשטאנען "ברוך שאמר" בעפאר "הודו" (אזוי ווי מנהג אשכנז).
  41. שולחן ערוך, אורח חיים, סימן נ"א, סעיף ב' און משנה ברורה דארט.
  42. טור, אורח חיים, סימן נ"א; שולחן ערוך, אורח חיים, סימן נ"א, סעיף ה'.
  43. דוד הכהן רפאפורט, "רעיון עודות נוסחת תפלת ברוך שאמר", ישורון 3 זייטן 72–73, געדרוקט 1857.