יולי

ווערסיע פון 10:21, 16 יוני 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (געשאַפן בלאַט מיט '{{לוח שנה|{{בלאטנאמען}}}} '''יולי''' איז דער זיבעטער מאנאט פון יאר אין די גרעגאריאנישע און יוליאנישע קאלענדארן. עס איז דער פערטער פון זיבן מאנאטן וועלכע פארמאגן איין און דרייסיג טעג. עס...')
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

►► ◄◄ יולי

א ב ג ד ה ו ש
1 2 3 4 5
6 7 8 9 10 11 12
13 14 15 16 17 18 19
20 21 22 23 24 25 26
27 28 29 30 31
קאלענדאר פאר 2025

יולי איז דער זיבעטער מאנאט פון יאר אין די גרעגאריאנישע און יוליאנישע קאלענדארן. עס איז דער פערטער פון זיבן מאנאטן וועלכע פארמאגן איין און דרייסיג טעג. עס הייבט זיך אלעמאל אן אין זעלבן טאג פון וואך ווי אפריל, וואס אין עיבור יארן איז עס אויך דער זעלבער טאג אין וואך ווען יאנואר האט זיך אנגעהויבן.

אין דורכשניט, איז עס דער ווארעמסטער מאנאט אין רוב פון דער צפון האלבקיילעך, וואו עס איז דער צווייטער מאנאט פון זומער, און דער קילסטער מאנאט אין דער דרום האלבקיילעך, וואו עס איז דער צווייטער מאנאט פון ווינטער און איז גלייך צו יאנואר אין דער צפון האלבקיילעך. יולי באצייכנט אויך דער אנהויב פונעם צווייטן האלב יאר אין דער ציווילער קאלענדאר.

אין אסטראלאגיע, פארברענגט דער זון רוב פון דעם מאנאט אין מזל סרטן, ווען אין די לעצטע וואך רוקט זיך עס אריבער צו מזל אריה[א].

נאטיצן

  1. די נעמען פון די מזלות וואס ווערן דא דערמאנט, זענען געבארגטע טערמינען פאר פאזיציעס פון דער זון איבערן עקליפטיק (עב'), אבער די עצם שטערן גרופעס נאך וועמען זיי הייסן זענען שוין פון לאנג אפגערוקט[1].

רעפערענצן

  1. משנה תורה לרמב"ם, הלכות יסודי התורה, פרק ג', הלכה ז'.


קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען