יוני
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
א | ב | ג | ד | ה | ו | ש |
1 | ||||||
2 | 3 | 4 | 5 | 6 | 7 | 8 |
9 | 10 | 11 | 12 | 13 | 14 | 15 |
16 | 17 | 18 | 19 | 20 | 21 | 22 |
23 | 24 | 25 | 26 | 27 | 28 | 29 |
30 | ||||||
קאלענדאר פאר 2024 |
יוני איז דער זעקסטער מאנאט פון יאר אין די גרעגאריאנישע און יוליאנישע קאלענדארן. עס איז דער צווייטער פון פיר מאנאטן וועלכע פארמאגן דרייסיג טעג. עס הייבט זיך אלעמאל אן אין זעלבן טאג פון וואך ווי דער קומענדיגער פעברואר.
דורכאויס דעם חודש, אין 21 יוני, קומט פאר אין דער צפון האלבקיילעך דער זומער ווענדפונקט (עב') - דער טאג מיט די מערסטע ליכט-שעה'ן, וואס קען אויך באצייכנט ווערן אלס דער אסטראנאמישער תקופת תמוז. אין דער דרום האלבקיילעך איז דאן דער ווינטער ווענדפונקט, זייענדיג גלייך צו דעצעמבער אין דער צפון האלבקיילעך. דער מעטעאראלאגישער זומער אין צפון ווערט טראדיציאנאל גערעכנט שוין פון ערשטן טאג אין דעם מאנאט, און אזוי דער מעטעאראלאגישער ווינטער אין דרום[1].
אין אסטראלאגיע, רוקט זיך דער זון אריבער אין דעם מאנאט פון מזל תאומים צו מזל סרטן[א].
נאטיצן
רעפערענצן
- ↑ Holidays and Lore, Spells, Rituals and Meditations ISBN 978-0-738-72159-0 p. 111
- ↑ משנה תורה לרמב"ם, הלכות יסודי התורה, פרק ג', הלכה ז'
ציווילע מאנאטן | |
---|---|
|