שמועס:אבן משכית

פון המכלול
ווערסיע פון 07:41, 8 מאי 2023 דורך נייטראלער (שמועס | ביישטייערונגען) (←‏ביטע איבערקוקן: רעאקציע)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

ביטע איבערקוקן

אקטיווע מכלולאים‏, ביטע קוקט איבער און קומט אריין מיט אייערע תיקונים והערות. א דאנק! — צמא לדעתשמועס • ט"ז אייר ה'תשפ"ג 18:19, 7 מאי 2023 (IDT)

דער ארטיקל וואלט נישט ענדערש באלאנגט אויפן "איסור" פון אבן משכית? נייטראלערשמועס • י"ז אייר ה'תשפ"ג 08:12 (IDT)
וואס מיינסטו צו זאגן? אז עס וואלט געדארפט הייסן "איסור אבן משכית"? דאן פארוואס זאל מתנות לאביונים נישט הייסן "מצות מתנות לאביונים"?...
איך פארשטיי פארוואס דו פרעגסט, ווייל אין העברי הייסן טאקע א גרויס חלק פון די סארט ערכים "איסור פלוני" - הגם, אין אונזער פאל, הייסט עס דארט אויך פשוט "אבן משכית" - אבער לדעתי איז עס א טעות; אדער ווייניגסטענס, אין אידיש איז עס נישט ריכטיג.
על דרך ווי מיר האבן באשטימט לגבי "חסידות פלוני", אז "חסידות" איז באמת נישט פונעם טערמין זעלבסט, על זה הדרך און נאך מער אזוי איז לגבי "איסור" און "מצוה". דאס זענען נאר די געביטן אין וועלכע די נושאי הערכים גייען אריין, עפעס וואס דארף ווערן ארויסגעברענגט בפנים הערך און דורך די קאטעגאריעס צו וועלכע דער ארטיקל געהערט, אבער נישט אין נאמען.
ווי מ'קען אויך זען אין אזעלכע וועטעראן ענציקלאפעדיעס ווי אנציקלופדיה תלמודית, קומט נאר צו שרייבן "איסור" ווען עס רעדט אריין אין עצם באגריף, חוץ פונעם אייגנשאפט וואס קומט שוין ארויס דערפון אז עס איז אסור, צב"ש "איסור דרבנן" אדער "איסור חפצא". דארט וואו דער טערמין אליין באצייכנט נאר א געוויסע געשעעניש און נישט קיין באגריף העומד ברשות עצמו, ווי "אלמנה לכהן גדול", קען מען אפשר אויך קלערן צוצולייגן "איסור" אין אנהויב. אבער ביי אבן משכית, ריבית, לשון הרע - ביי זיי און זייערס גלייכן קומט נישט "איסור", נישט בעצם און נישט אין טאג-טעגליכע שפראך.
דאס אלעס וואס איך קלער... ביטע ברענג אויף אין דיסקוסיע זאל אויב קלערסטו אנדערש. — צמא לדעתשמועס • י"ז אייר ה'תשפ"ג 09:22, 8 מאי 2023 (IDT)
כ'הער... מסתמא האט עס נאר געשטערט צוליב דעם וואס "אבן משכית" איז נישט אין אונזער טאג-טעגליכן באנוץ, ווי ריבית און לשוה"ר, און דערפאר האט זיך מיר געוואונדערט, וואס איז די שטיינערנע חפצא דא שולדיג?... מסכים. נייטראלערשמועס • י"ז אייר ה'תשפ"ג 10:41 (IDT)

אין שוהל

"טייל ראשונים לערנען אז עס איז אסור צו מאכן אן אבן משכית אין שוהל, ווייל דארט שטייט עס צום ביקן". אויבנדערמאנט אז די פראבלעם צו באצירן א שטיין אדער פלאסטער די ערד מיט שטיין, איז נאר אויב סאיז אויף זיך צו בוקן. אויב אזוי לכאורה מיט די ווערטער מיינט איר ארויסצוברענגען, אז אין א שוהל-צוליב דעם וואס סאיז א בית לה'-זעט אויס א באצירטע שטיין אדער אויפן ערד, ווי אן אבן משכית-על אף אז סאיז נישט אזוינס. כגרע ליינט זיך אז די שטיין איז שוין אן אבן משכית און ער שטעלט דאס אריין אין ביהמ"ד, דאס איז אסור נישט נאר אין ביהמ"ד, נאר אין סיי ועלכער ארט. האט'ס אמונה (שמועס) 19:18, 7 מאי 2023 (IDT) באמערקונג-(ביאור) "וואס אין בית המקדש האט מען זיך געביקט איבער ערד געפלאסטערט מיט שטיין", דאס איז נאר לויט די וואס זאגן אז סאיז געפלאסטערטע שטיין אויף די ערד, אדער אז מ'וועט זאגן אז אין ביהמ"ק איז גדעווען באצירט די שטיינער פון די ערד... ס'איז נישט באקאנט אזוי! האט'ס אמונה (שמועס) 20:04, 7 מאי 2023 (IDT)

דא "ציגל הייסן נישט ווי שטיין בנוגע צו דעם איסור, ווי אין פסוק שטייט: "וַתְּהִי לָהֶם הַלְּבֵנָה לְאָבֶן", ס'פעלט די הסבר (אין די נאטיצן) אז ד.ה. אז זיי האבן גענוצט ציגל פאר שטיין, ד.ה. אז ציגל איז נישט שטיין האט'ס אמונה (שמועס) 20:09, 7 מאי 2023 (IDT)
גאר פיינע הערות איין ביי איין, יישר כח!
בנוגע צו אומבאצירטע שטיינער, ווערט געברענגט ווייטער (אין "דער שטיין" אפטיילונג) אז אויך אין דעם פאל איז עס אסור. כנראה דארף מען זאגן, אויך לויט די ראשונים וואס טייטשן "משכית" פון לשון באצירט, אז דאס איז נאר אורחא דמילתא אבער נישט מעכב דעם איסור. דאס איז אויך מרומז אין אנהייב פון ארטיקל, אז לויט ביידע פירושים איז דער באדייט א שטיין וואס מען ביקט זיך דערויף. — צמא לדעתשמועס • ט"ז אייר ה'תשפ"ג 20:31, 7 מאי 2023 (IDT)
איך האב פארשטאנען אז דאס וואס אלע שטיינער גייען אריין אין דעם כלל, איז אן אויספיר הלכה למעשה, א תוצאה פון צאמשטעל פון ביידע שיטות. האט'ס אמונה (שמועס) 20:34, 7 מאי 2023 (IDT)