רבי זאב וואלף פון זבאריזש
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אישיות רבנית
ליידיגע פאראמעטער [ מקום לידה, חתימה, צאצאים, מקום פטירה, אתר אינטרנט ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
פאראמעטער [ שם השושלת, מספר צאצאים, חיבוריו ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
געבורט | ה'תקל"א |
---|---|
פטירה | ג' ניסן ה'תקפ"ב (אלט: 51 בערך) |
כינוי | רבי זאב וואלף פון זבאריזש |
מדינה | אוקריינע |
וואוין אָרט | זבאריזש |
טעטיגקייט אָרט | זבאריזש |
השתייכות | חסידות |
תחומי עיסוק | אדמו"ר |
תלמידים | רבי צבי הירש פון זידיטשוב, רבי סענדער פון קאמארנא, רבי מנחם מענדיל פון קאסוב, זיין זון רבי חיים פון קאסוב, רבי צבי אלימלך שפירא פון דינוב, רבי דוד שלמה אייבשיץ, רבי נפתלי צבי פון ראפשיץ, מיט זיין זון רבי אליעזר פון דזשיקוב |
|
רבי בנימין זאב וואלף פון זבאריזש (-ג' ניסן ה'תקפ"ב) איז געווען אן אדמו"ר אין די פריערע דורות פון חסידות, דער דריטער זוהן פון רבי יחיאל מיכל פון זלאטשוב.
ביאגראפיע
אין זיין יוגנט איז ער געווען א שובב און איידער ער איז געוואָרן בר מצוה האָט דער טאַטע גענומען פון דעם סופר די בתים פון די תפילין איידער ער האָט אין זיי אַריינגעשטעלט די פרשיות, און געלאזט גיסן דערין טרערן, דאווענענדיג אויף זיין זון[1].
ער האט חתונה געהאט מיט דער טאכטער פון רבי אשר צבי פון פאגריוויטש, זוהן פון רבי זאב ז"ק פון שארגאד, צו וועמען דער בעל שם טוב איז געפארן מקיים צו זיין ביי אים מצוות שימוש חכמים[2], און האט געוואוינט אין זבאריזש.
ער איז געווען בארימט מיט זיין תמימות[3], און אהבת ישראל אפילו צו רשעים גמורים[4].
זיין תורה
זיין תורה האט ער איינגעקויפט ביי זיינע רבי'ס דער חוזה פון לובלין, און רבי מנחם מענדל פון רימאנאוו.
ער האָט מחבר געווען די ספר "רזין דאורייתא" אזוי אויך "תפרת צבי זאב".
תלמידים
צווישן זיינע תלמידים ווערן גערעכנט רבי צבי הירש פון זידיטשוב, רבי סנדר פון קאמרנא, רבי מנחם מנדל פון קאסאוו, זיין זוהן רבי חיים פון קאסאוו, רבי צבי אלימלך שפירא פון דינעוו, רבי דוד שלמה אייבשיץ, רבי נפתלי צבי פון ראפשיץ, זיין זוהן רבי אליעזר פון דזיקוב.
זיינע קינדער
- הרב יחיאל מיכל, אוועק יונגערהייט.
- איידעם רבי שלמה אליעזר.
- אידעם הרב יצחק צבי מנחם אוירבאך פון לאטיטשאוו, זוהן פון רבי ישראל פון מעזשביזש, אייניקל פון רבי יעקב יוסף פון פולנאה און רבי ברוך פון מעזשביזש.
- רבי בנימין זאב פון אוזריאן, איידעם פון רבי נחמן פון סקאליט.
- (געשעצט) רבי אהרן אריה פון אוזריאן.
- איידעם רבי מאיר פון יאסי.
- איידעם רבי חיים דוד פון נאזאן, אייניקל פון רבי ישראל פון רוזשין.
- (געשעצט) רבי אהרן אריה פון אוזריאן.
- רבי בנימין זאב פון אוזריאן, איידעם פון רבי נחמן פון סקאליט.
- איידעם רבי זושא פון לובלין[5].
דרויסנדע לינקס
- א באשרייבונג אין בלעטל עטרת שלום, קאמרנא-ארזי הבירה.
- ארטיקל אין ספר "חכמי ישראל", זייט 235 אויף אוצר החכמה זייטל(זען דעם בלאט איז באגרעניצט בלויז צו באַצאָלטע אַבאַנענטן).
- תורת המגיד מזלאטשוב, ארטיקל אויף הרה"ק רבי הנימין זאב מזאבריז זי"ע אויף אוצר החכמה זייטל, תולדות, זייט קלח-קסב (זען דעם בלאט איז באגרעניצט בלויז צו באַצאָלטע אַבאַנענטן).
- שער בלאט פון זיינע ספרים אויף די הספרייה הלאומית זייטל.
קטגוריה:אדמו"רי בית זלוטשוב קטגוריה:נפטרים ב-1822
cc-by-sa 3.0 ערלויבעניש • אריגינעלער בלאט • ביישטייערער
- ↑ ספרן של צדיקים מערכה יז אות ג.
- ↑ מאמר מרדכי בהקדמה.
- ↑ זייענדיג די דריטן קינד ביי זיין פאטער, האט ער געגעבן א רמז אז ער איז קעגן חומש ויקרא וואס באהאנדלט מיט קדשים און קרבנות, וואס ברויכן צו זיין 'תמימים'.
- ↑ סדר הדורות החדש כג:.
- ↑ זוהן פון רבי ישראל, זוהן פון דער חוזה פון לובלין.