רוי:טאנזאניע

פון המכלול
ווערסיע פון 13:50, 2 מערץ 2023 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{אפריקע-געא-שטומף}}" ב־"{{שטומף|געאגראפיע פון אפריקע}}")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
פאראייניגטע רעפובליק פון טאַנזאַניע
זשאַמהורי יאַ מואונגאַנא וואַ טאַנזאַניע
פאן טאַנזאַניע
סימבאָל טאַנזאַניע
פאָן הערב
נאַציאָנאַלע זינגליד: גאט בענשט אפריקע
אָרט פון טאַנזאַניע
קאָנטינענט אפריקע
אָפיציעלע שפּראַך סוואהילי
ענגליש[1]
הויפּטשטאָט דאדאמא
רעגירונג רעפובליק
פּרעזידענט
פּרעמיער מיניסטער
זשאַקאַיאַ קיקוועטע
מיזענגא פינדאַ
גרינדונג דאַטום
צונויפגעגגאסן 26סטן אפריל 1964
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענט וואַסער
945,203 קוואַדראַט ק"מ
31סט
6.2%
באַפעלקערונג
- צאָל
- וועלט גראַדונג
- ענגקייט

43,739,000[2] 2008 אפשאץ
32סט
46.3 מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע $53.790 ביליאן (100ט)
וואַלוטע טאנזאנישער שילינג (TZS)
צייט זאָנע מזרח אפריקע צייט UTC +3
אינטערנעט דאָמען tz.
טעלעפאָן קאָד 255+

די פאראייניגטע רעפובליק פון טאַנזאַניע (סוואהילי: Jamhuri ya Muungano wa Tanzania) איז א פאלק אין צענטראלער מזרח אפריקע וואס גרעניצט קעניע און אוגאנדע צו צפון, רוואנדע, בורונדי און די דעמאקראטישע רעפובליק פון קאנגא צו מערב, און זאמביע, מאלאווי און מאזאמביק צו דרום. די מזרח גרעניצן זענען אויפן אינדישן אקעאן.

די פאראייניגטע רעפובליק פון טאַנזאַניע האט 26 ראיאנען.[3] דער היינטיגער הויפט פון דער מדינה איז פרעזידענט זשאקאיא מרישא קיקוועטע, דערוויילט אין 2005. זייט 1996, איז דאדאמא די אפיציעלע הויפטשטאט פון טאנזאניע, און דארט געפינען זיך דער פארלאמענט און טייל רעגירונג ביוראען.

פון זעלבסטשטענדיגקייט ביז 1996 איז די בארטן שטאט דאר עס סאלאאם געווען די פאליטישע הויפטשטאט. היינט בלייבט דאר עס סאלאאם די פרינציפעלע קאמערציעלע שטאט פון טאנזאניע, און רוב רעגירונג אינסטיטוציעס זענען נאך דארטן.[3][4] זי איז דער הויפט ים־פארט פארן לאנד און זיינע לאנד איינגעשלאסענע שכנים.

עקאנאמיע

די עקאנאמיע איז באזירט אויף לאנדווירטשאפט, וואס נעמט איין העלפט פון דעם GDP, פארזארגאט 85 פראצענט פון עקספארט און באשעפטיגט אומגעפער 80 פראצענט פון דער ארבעטקראפט. נאר 4 פראצענט פון דעם ערד שטח איז קולטיווירט.

טאנזאניע האט צוויי לופטליניעס, וואס פליען אין לאנד און האבן אויך אינטערנאציאנאלע לופטרייזעס פון טאנזאניע קיין קיגאלי, נייראבי און מאמבאסע.

געאגראפיע

דער צענטער פונעם לאנד איז פלאך, מיט בערג אין צפון און אין דרום. דער העכסטער פונקט אין טאנזאניע איז אוהורו שפיץ, קילימאנדזשארא, הויך 5,893 מעטער, וואס איז אויך דער העכסטער פונקט אין אפריקע.

טראנספארט

טראנספארט אין טאנזאניע איז בעיקר דורך שאסייען, ווי אויך באנען.

רעפערענצן

  1. J. A. Masebo & N. Nyangwine: Nadharia ya lugha Kiswahili 1. S. 126, ISBN 9987-676-09-X
  2. Department of Economic and Social Affairs Population Division (2009). "World Population Prospects, Table A.1" (.PDF). 2008 revision. United Nations. Retrieved 2009-03-12. {{cite journal}}: Cite journal requires |journal= (help); line feed character in |author= at position 42 (help)
  3. 3.0 3.1 Central Intelligence Agency (2009). "Tanzania". The World Factbook. Retrieved January 25, 2010.
  4. The Tanzania National Website: Country Profile

וועבלינקען


Africa stub icon.svg דער ארטיקל בנוגע געאגראפיע פון אפריקע איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.