מתנות לאביונים
מתנות לאביונים איז איינע פון די מצוות פון פורים, און איז א פליכט סיי אויף מענער און סיי אויף פרויען. די מצוה איז צו געבן "מתנות" אום פורים פאר כאטש צוויי ארעמעלייט, צום ווייניגסטנס איין מתנה פאר יעדן פון די צוויי באזונדער. וועגן דעם שיעור וויפיל מ'דארף געבן, זענען פארהאן עטליכע מיינונגען.
מקור פון דער מצוה
דער מקור פון דער מצוה איז אין מגילת אסתר, אזויווי ס'ווערט געברענגט אינעם בריוו וואס מרדכי הצדיק האט געשריבן צו די אידישע איינוואוינער אין אלע לענדער וואס זענען אונטערטעניגט אונטערן קעניג אחשוורוש:
וַיִּכְתֹּב מָרְדֳּכַי אֶת הַדְּבָרִים הָאֵלֶּה, וַיִּשְׁלַח סְפָרִים אֶל כָּל הַיְּהוּדִים אֲשֶׁר בְּכָל מְדִינוֹת הַמֶּלֶךְ אֲחַשְׁוֵרוֹשׁ, הַקְּרוֹבִים וְהָרְחוֹקִים. לְקַיֵּם עֲלֵיהֶם לִהְיוֹת עֹשִׂים אֵת יוֹם אַרְבָּעָה עָשָׂר לְחֹדֶשׁ אֲדָר וְאֵת יוֹם חֲמִשָּׁה עָשָׂר בּוֹ, בְּכָל שָׁנָה וְשָׁנָה. כַּיָּמִים אֲשֶׁר נָחוּ בָהֶם הַיְּהוּדִים מֵאוֹיְבֵיהֶם, וְהַחֹדֶשׁ אֲשֶׁר נֶהְפַּךְ לָהֶם מִיָּגוֹן לְשִׂמְחָה וּמֵאֵבֶל לְיוֹם טוֹב, לַעֲשׂוֹת אוֹתָם יְמֵי מִשְׁתֶּה וְשִׂמְחָה וּמִשְׁלוֹחַ מָנוֹת אִישׁ לְרֵעֵהוּ וּמַתָּנוֹת לָאֶבְיוֹנִים.
ווי עס ווערט געשילדערט אין די פסוקים פון דער מגילה, איז דער יום טוב פורים אפגעצייכנט געווארן אינעם ערשטן יאר פון דער פאסירונג, דורך ספאנטאנישע פייערונגען נאכן געווינס פון די אידן אין דער שטאט שושן און אין אלע אנדערע שטעט פון דער פערסישער אימפעריע. שפעטער, האבן מרדכי הצדיק און אסתר המלכה געבעטן פון די סנהדרין קובע צו זיין דעם פורים אלס א יערליכע פייערונג, און צוגעלייגט דערצו די מצוה פון געבן מתנות פאר די ארעמעלייט[1]. אויף זייער בקשה, האבן די אנשי כנסת הגדולה טאקע מתקן געווען אלס חיוב די מצוה פון געבן "מתנות לאביונים"[2].
דער טעם פון דער מצוה איז, ווייל די גזירה פון המן האט אריינגערעכנט אויך צו בארויבן דאס געלט פון אידן, דערפאר טוען מיר לויבן מיט דעם וואס מיר צייגן עשירות מיט אונזער פארמעגן און מיר פארטיילן עס פאר אנדערע[3]. אדער ווייל המן האט געוואלט אויסטיילן צען טויזנט ככר פאר ארימעלייט, און דער באשעפער האט נישט געקוקט אויף זיין צדקה און אונז געראטעוועט[4].
לויט ווי עס שטייט אין ראשונים, איז דער ציל פון דער תקנה צו פארמערן שמחה[5], צו דערפרייען אויך די ארעמעלייט[6]. טייל אחרונים לערנען אז דער עיקר ציל איז צוצושטעלן פאר די ארעמעלייט וואס פעלט זיי אויס פאר דער סעודת פורים[7].
לויט טייל מקורות, איז דאס געבן "מתנות לאביונים" א טייל פונעם אלגעמיינעם חיוב פון געבן צדקה, נאר די אנשי כנסת הגדולה האבן איינגעפירט צו געבן צדקה דווקא אין דעם טאג[8]. לויט אנדערע איז עס נישט קיין דין פון צדקה, נאר א פרישער חיוב צו געבן מתנות, נישט אנדערש ווי משלוח מנות[9].
אירע הלכות
די מתנות
אין גמרא[10] ברענגט רב יוסף פון א ברייתא אז עס איז א פליכט צו שיקן צוויי מתנות פאר צוויי ארעמעלייט, ווייל ס'שטייט אין פסוק "מתנות" (וואס קלינגט אפ כאטש צוויי) "לאביונים" (וואס קלינגט אויך אפ כאטש צוויי). די אנגענומענע מיינונג איז אז מען דארף געבן איין מתנה פאר יעדן פון די צוויי ארעמעלייט[11], אבער לויט איין שיטה דארף מען געבן צוויי מתנות פאר יעדן פון די צוויי ארעמעלייט[12].
די מתנות קענען זיין פון געלט אדער עסנווארג[13]. טייל לערנען אז דער עיקר מצוה איז מיט געלט[14]; אנדערע נעמען אן אז דער חיוב איז צוצושטעלן עסנווארג, און מיט געלט איז מען נאר יוצא וויבאלד מען קען דערמיט קויפן צום עסן{{הערה|מהרי"ל דיסקין אין ספר אהלים; אור שמח אויף
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם
פאראמעטער [ ללא ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
פארלאנגטע פאראמעטער [ 1 ] פעלן לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) פעלט נאמען פון הלכות.משנה תורה לרמב"ם, הלכות {{{1}}}, פרק מגיל"ה, הלכות ב'–ט"ז}. מיט אנדערע ווערדפולע זאכן, ווי קליידונג, זענען דא וואס זאגן אז מ'איז נישט יוצא[15].
צווישן די פוסקים ווערט דיסקוטירט וואס איז די סומע געלט, אדער ווערד פון געלט, וואס א מענטש דארף געבן פאר מתנות לאביונים; טייל זאגן אז עס איז גענוג צו געבן איין "פרוטה" פאר יעדן פון די צוויי ארעמעלייט[16], וואס די פונקטליכע סומע פון א פרוטה אין היינטיגע וואלוטעס איז אלץ געוואנדן לויט דער יעצטיגער ווערד פון געלט. נאך א מיינונג איז אז מען דארף געבן פאר יעדן פון זיי גענוג צו קענען קויפן א סעודה, וואס אין דעם זענען אויך פארהאן עטליכע מיינונגען וויפיל דאס קומט אויס: טייל פוסקים שרייבן אז מען זאל געבן א סומע גענוג צו קויפן א שיעור פון דריי "כביצים" ברויט[17]. רבי שלמה זלמן אויערבאך און רבי בן ציון אבא שאול האבן אין זייער צייט געשטעלט די סומע אויף צען שקל (דעמאלטס, בערך דריי דאלער), די ווערד פון א פארציע פאלאפל[מקור פארלאנגט]; ווידעראום, רבי יוסף שלום אלישיב האט אין זיין צייט געשטעלט דעם שיעור אויף ווייניגסטנס פופציג שקל (דעמאלטס, בערך פופצן דאלער) און צוגעגעבן אז ווי מער איז אלץ בעסער, וויבאלד פופציג שקל האט נישט אזא חשיבות היינטיגע צייטן[18].
די אביונים
די ראשונים טייטשן אז אן "אביון" איז איינער וואס פארמאגט גארנישט, ד.ה. ער איז מער פארארעמט פון א געווענליכער "עני"[19], און לויט איינעם פון די אחרונים דארף מען אכטונג געבן צו געבן די מתנות דווקא פאר אזעלכע אביונים[20]; אנדערע קריגן אבער און האלטן אז מען קען געבן אויך פאר געווענליכע ארעמעלייט[21].
דער רמב"ם פסק'נט:
וחייב לחלק לעניים ביום הפורים, אין פחות משני עניים; נותן לכל אחד מתנה אחת, או מעות או מיני תבשיל או מיני אוכלין, שנאמר 'ומתנות לאביונים' - שתי מתנות לשני עניים. ואין מדקדקין במעות פורים, אלא כל הפושט ידו ליטול, נותנין לו; ואין משנין מעות פורים לצדקה אחרת.
—
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם
פארלאנגטע פאראמעטער [ 1 ] פעלן לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) פעלט נאמען פון הלכות.משנה תורה לרמב"ם, הלכות חמץ ומצה, פרק מגיל"ה, הלכות ב'–ט"ז
פארהאן וואס זאגן אז די מתנות דארפן גיין דווקא צו צוויי באזונדערע ארעמעלייט, און אויב האט מען געגעבן די צוויי מתנות פאר איין ארעמאן, אפילו אין צוויי באזונדערע נתינות, האט מען נישט יוצא געווען[22].
די צייט פון געבן
די צייט פון דער מצוה איז אינעם טאג ווען מען ליינט די מגילה, דעריבער ווען מען ליינט נישט די מגילה אין פורים, ווי אין פאל פון פורים משולש, איז די מצוה אויסצוטיילן די מתנות אין י"ד אדר - דער טאג ווען מען ליינט די מגילה, ווי חז"ל זאגן: ”מפני שעיניהם של עניים נשואות למקרא מגילה”[23].
טייל זענען מהדר זיכער מאכן אז דאס געלט זאל שוין זיין ביי די ארעמעלייט אום פורים, און באגנוגענען זיך נישט מיטן אריבערפירן אין באנק.
אין פאל וואס איינער האט נישט באגעגנט קיין ארעמאן דורכאויס דעם גאנצן פורים, קען ער אפשיידן געלט פאר מתנות לאביונים און עס איבערגעבן פאר א נויטבאדערפטיגער נאך פורים, אזוי איז ער אויך מקיים די מצוות היום[מקור פארלאנגט].
איר חשיבות
דער רמב"ם שרייבט אז די מצוה איז דאס וויכטיגסטע פון אלע מצוות פון פורים:
מוטב לאדם להרבות במתנות אביונים, מלהרבות בסעודתו ובשלוח מנות לרעיו; שאין שם שמחה גדולה ומפוארה, אלא לשמח לב עניים ויתומים ואלמנות וגרים, שהמשמח לב האומללים האלו דומה לשכינה, שנאמר[24]: 'לְהַחֲיוֹת רוּחַ שְׁפָלִים, וּלְהַחֲיוֹת לֵב נִדְכָּאִים'.
—
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם
פארלאנגטע פאראמעטער [ 1 ] פעלן לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) פעלט נאמען פון הלכות.משנה תורה לרמב"ם, הלכות חמץ ומצה, פרק מגיל"ה, הלכות ב'–י"ז
זעט אויך
ליינט מער
- קיצור שולחן ערוך, סימן 142
- הלכות מתנות לאביונים אין משנה ברורה
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע משנה ברורה, חלק ו, סימן תרצ"ד, הלכות מתנות לאביונים
רעפערענצן
- ↑ די ערשטע פייערונגען האבן נישט אריינגערעכנט מתנות לאביונים, ווייל זיי האבן זיך געהאט געפירט אין דעם טאג ווי א געהעריגער יום טוב, ווען געלט איז מוקצה (טעמא דקרא אויף
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך
פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".אסתר ט, יט); אדער פארקערט, ווייל אין אזא יום טוב פירט מען זיך סייווי צו שטיצן די ארעמעלייט (יערות דבש, חלק ב', דרוש י"ג) - ↑ לויט תלמוד ירושלמי, מסכת מגילה, פרק א', הלכה ד' און מגילה ב, א
- ↑ דרשות ר"י אבן שועיב, פרשת ואתה תצוה
- ↑ תורת משה חת"ס, אויף פורים
- ↑ רמב"ן, ריטב"א און תוספות הרא"ש אויף
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:בבלי
פאראמעטער [ ללא ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:בבלי) נמצא פרמטר לא בשימוש "ללא=".בבא מציעא עח, ב - ↑ רוקח אויף
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך
פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".אסתר ט, כב; שבלי הלקט, סימן ר"ב; תניא רבתי, סימן מ"א; תשובות מהרי"ל, סימן נ"ז. זע אויך רלב"ג אויף
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך
פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".אסתר ט, תועלת נ"א, אז דאס איז אזויווי ביי די שלש רגלים, וואס די תורה האט געהייסן דערפרייען די ארעמעלייט בשעת מ'איז מקיים די שמחת יום טוב - ↑ מהר"י אסאד, סימן ר"ז; אור שמח אויף
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם
פאראמעטער [ ללא ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
פארלאנגטע פאראמעטער [ 1 ] פעלן לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) פעלט נאמען פון הלכות.משנה תורה לרמב"ם, הלכות {{{1}}}, פרק מגיל"ה, הלכות ב'–ט"ז; התעוררות תשובה, חלק ג', סימן מ"ז - ↑ שבלי הלקט, סימן ר"ב; אזוי טייטשט אויך דער תרגום אויף
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך
פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".אסתר ט, כב: "מעהא דצדקתא" - ↑ רמב"ן און ריטב"א אויף
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:בבלי
פאראמעטער [ ללא ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:בבלי) נמצא פרמטר לא בשימוש "ללא=".בבא מציעא עח, ב, און ריטב"א אויף
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:בבלי
פאראמעטער [ ללא ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:בבלי) נמצא פרמטר לא בשימוש "ללא=".מגילה ז, א; כל בו, סימן מ"ה. זע שלמי תודה, פורים, סימן כ"ה - ↑ מגילה ז, א
- ↑ רש"י, מגילה ז, א;
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם
פארלאנגטע פאראמעטער [ 1 ] פעלן לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) פעלט נאמען פון הלכות.משנה תורה לרמב"ם, הלכות חמץ ומצה, פרק מגיל"ה, הלכות ב'–ט"ז; שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תרצ"ד, סעיף א' - ↑ מסכת סופרים, פרק כ"א, הלכה ד'
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם
פארלאנגטע פאראמעטער [ 1 ] פעלן לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) פעלט נאמען פון הלכות.משנה תורה לרמב"ם, הלכות חמץ ומצה, פרק מגיל"ה, הלכות ב'–ט"ז; תרומת הדשן, סימן קי"א - ↑ טורי אבן, אין אבני שוהם אויף
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:בבלי
פאראמעטער [ ללא ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:בבלי) נמצא פרמטר לא בשימוש "ללא=".מגילה ז - ↑ דער אור שמח אויף
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם
פאראמעטער [ ללא ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
פארלאנגטע פאראמעטער [ 1 ] פעלן לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) פעלט נאמען פון הלכות.משנה תורה לרמב"ם, הלכות {{{1}}}, פרק מגיל"ה, הלכות ב'–ט"ז לערנט אז מען איז נישט יוצא, און דער פרי מגדים אין משבצות זהב אויף אורח חיים, סימן תרצ"ד סק"א, איז מסופק - ↑ ריטב"א, מגילה ז, ב; שו"ת מהרי"ל, סימן נ"ו; משנה ברורה, סימן תרצ"ד סק"ב
- ↑ שו"ת זרע יעקב, סימן י"א; מחזיק ברכה, סימן תרצ"ד סק"ב; בן איש חי, פרשת תצוה, אות ט"ו. דער כף החיים, סימן תרצ"ד סק"ז, שרייבט אז דער מנהג איז מחמיר צו זיין און געבן פאר צוויי ארעמעלייט ווי דעם שיעור
- ↑ וישמע משה, רל"ג
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך
פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".רש"י, דברים טו, ד; אבן עזרא נוסח שני און ר"מ חלאיו אויף
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך
פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".אסתר ט, כב - ↑ מקור חיים פון חות יאיר, סימן תרצ"ד, ס"ק ג'
- ↑ ערוך השולחן, אורח חיים, סימן תרצ"ד, סעיף ג'. דער ערוך השולחן ערקלערט דארט אז ס'איז נאך א גרעסערע מצוה צו געבן פאר עניים, ווייל זיי שעמען זיך צו בעטן, און דער פסוק קומט זאגן אז אפילו פאר אביונים, וועלכע שעמען זיך נישט, קען מען אויך געבן; אזוי טייטשט אויך דער טעמא דקרא אויף
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך
פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".אסתר ט, כב - ↑ שערי תשובה, סימן תרצ"ד סק"א. דער הלכות קטנות, חלק ב', סימן לט, איז מסופק דערין
- ↑ מגילה ד, ב
- ↑ ישעיהו נז, טו
cc-by-sa 3.0 ערלויבעניש • אריגינעלער בלאט • ביישטייערער