רוי:תולדות אהרן

פון המכלול
ווערסיע פון 01:18, 26 יאנואר 2023 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{חסידישע הויפן|}}" ב־"{{חסידישע הויפן|}} װ")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
תולדות אהרן שול
תולדות אהרן חסיד מיט בגדי חול
הרב אברהם יצחק קאהן, ערשטער תולדות אהרן רבי
הרב דוד קאהן, היינטיקער תולדות אהרן רבי

תולדות אהרן איז א ירושלימער חסידות מיט איבער צוויי טויזנט משפחות וואס איז געגרינדעט געווארן אלס אן אפטיילונג פון דער חבורה פון עובדים דורך ר' אהרל'ע ראטה'ס חסידים שומרי אמונים. טייל פון זיי וואוינען אין בית שמש, חריש און טבריה, און אויך האבן זיי שטיבלעך אין לאנדאן, מאנסי, וויליאמסבורג, בארא פארק און קרית יואל.

דער רבי און גרינדער איז געווען רבי אברהם יצחק קאהן בעל "דברי אמונה".

היסטאריע

די חבורה פון שומרי אמונים האט זיך געגרינדעט נאך אין ראמעניע בעפארן קריג. אנפאנג קריג איז ר' אהר'עלע ראטה ארויפגעגאנגען צוזאמען מיט זיינע קינדער און זיין איידעם ר' אברהם יצחק קאהן קיין ארץ ישראל וואו ער האט שוין געהאט א קבוצה און האט זיך דארטן באזעצט. ער איז געווען זייער א שוואכער מענטש אין ז' ניסן תש"ז איז ער צוזאמגעפאלן אינמיטן מאלן די ווייץ אויף פסח אין געליגן שוואך אין בעט. אין סוף נאכט האט ער געבעטן צולייגן די צוואה אונטער זיין קישן און זיין איידעם האט עס אונטערגעלייגט און גלייך דערנאך איז ער אוועק אין יונגן עלטער פין 53 יאר.

אין צוואה איז געשטאנען אז נאר איינער וואס איז אויסגעארבעט זייער שטארק זאל מספיד זיין און קיינע פין די גרויסע תלמידים האבן זיך נישט געפילט ראוי דערפאר. אינמיטן האט זיין איידעם אנגעפאנגען מספיד זיין און די תלמידים האבן באשלאסן אז אזא איינער זאל זיין ממלא מקום און אזוי איז געווען אפאר יאר.

נאך א פאר יאר האט זיין זון אנגעפאנגען אליין פירן אין א זייטיגן שטיבל; האט רבי אברהם יצחק באשלאסן אז ער וויל זיך נישט קריגן און "אלעס" אוועקגעגעבן כדי זיך נישט צי קריגן "אויך די נאמען" און געעפנט א נייעם בית המדרש און א ישיבה מיטן נאמען תולדות אהרן.

מיט די יארן איז ער געווארן פון א ראש חבורה צו א רב פון דער קהילה, און תולדות אהרן איז געווארן מער און מער א חסידות חוץ אפאר זאכן וואס גייען נאך היינט אן אלץ חבורה.

שבת קודש פרשת וירא תשנ"ה האט מען געזען אסאך אינטערסאנטע זאכן. יענע וואך איז ער אראפגעפאלן אין פארלוירן אסאך בלוט אין אריין אין א האלבע קאמע פאר צוויי יאר ביז'ן יום ז"ך כסלו תשנ"ז ווען ער איז נסתלק געווארן לגנזי מרומים.

זיין ממלא מקום איז דער היינטיגער רבי, זיין צווייטער זון רבי דוד קאהן.

דער עלטערער זון רבי שמואל יעקב קאהן האט געעפנט פאר זיך א חסידות מיטן נאמען תולדות אברהם יצחק. און באקומען א בנין פון תולדות אהרן במתנה נאכן פסק בית דין.

היינט

דאס חסידות פירט צוויי גרויסע געשעענישן יעדע יאר:

  • א מעמד פון צינדן א ל"ג בעומר מדורה אין מירון ביים סוף פון טאג, וואס דער היינטיגער רבי האט איינגעפירט, אחוץ פון דער הדלקה וואס קומט פאר אין ירושלים וואס דער פריערדיגער רבי צו צינדן א מדורה ל"ג בעומר אין חצר פונעם בית מדרש אין ירושלים.

פרומקייט

תולדות אהרן איז געווען באקאנט אלס זייער פרום און אויסגעשפראכן קעגן סיי וואסארא מאדערנקייט. און ביז היינט ווי למשל לעצטענס האבן זיי געפנט א גאנצע וועד איבער דעם סוביעקט פין אקאדעמיע'ס

ווערנדיג געגרינדעט מלכתחילה אלס א חבורה נישט א חסידות האבן זיי שווערע תקנות וואס פאסט פאר בני עליה, וואס איז זייער שטרענג, מען מעג נאר גיין מיטן ירושלימ'ער לבוש. און מען מוז דאווענען יעדן שבת דיקה אינעם בית המדרש הגדול.

יעדעס יאר איז דא א כינוס הגדול וואו מען שרייבט אונטער אויף די תקנות און מען גיט א פדיון נפש וואס דער אלטער רבי האט מתקן געווען אלס מיטגלידערשאפט.

קישורים חיצוניים

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!