מוסטער:אין די נייעס
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
- אין א קראַך פון א יעטי לופטליניעס פּאסאזשיר פליגער (עראפלאן אין בילד) וואס איז געפארן פון קאטמאנדו אין נעפּאַל, זענען אלע 72 מענטשן דערויף גע'הרג'עט געווארן
- שטיצער פון געוועזענער בראזיליאנער פּרעזידענט דזשאַיר באָלסאָנאַראָ באפאלן די נאציאנאַלע קאָנגרעס, די העכסטע פעדעראלע געריכט, און די פּאַלאַסיאָ דאָ פּלאַנאַלטאָ אין בראזיליא
- רעפובליקאנער קעווין מעקאַרטי איז ערוויילט רעדנער פון די פאראייניגטע שטאטן הויז פון רעפּרעזענטאַטן (נידריגער פליגל פונעם קאנגרעס) נאָך פופצן רונדעס פון אָפּשטימונג, די מערסטע רונדעס זינט 1860, איבערנעמענדיג דעמאקראטישע נענסי פעלאסי
- קראאטיע אַדאפּטירט די אייראָ און שליסט זיך אן אינעם שענגען זאנע.
- א קאנפערענץ איז פארגעקומען אין מאנסי דורך צענדליגע היימישע שריפטשטעלער, זיך צו פאראייניגן איבער כללים און גראמאטיק אין אידישן שפראך.
- רבי יעקב מאיר שעכטער איז ארויסגעכאפט געווארן דורך די אייניקלעך פון זיין דירה אין בית שמש וואו ער איז פארהאלטן געווארן דורך גבאים, און געפירט געווארן קיין ביתר. דער געריכט האט גע'פסק'נט אז ער זאל בלייבן ביי די אייניקלעך.
- מער ווי 80 מענטשן זענען אומגעקומען אין דער "ציקלאָן (עב') באָמבע" זאַווערוכע אין די פאראייניגטע שטאטן, פון וועלכע ארום 25 זענען געווען אין דער שטאט באפאלא אין סטעיט ניו יארק.
נפטר געווארן: רבי שמעון בעדני (עב') (אין בילד), רבי חנוך ערנטרוי, רבי שלום כהן, רבי יצחק טוביה ווייס