רוי:תולדות אהרן

פאנטשער ביים שאפן דאס קליינבילד:
תולדות אהרן שול
תולדות אהרן חסיד מיט בגדי חול
הרב אברהם יצחק קאהן, ערשטער תולדות אהרן רבי
הרב דוד קאהן, היינטיקער תולדות אהרן רבי

תולדות אהרן איז א ירושלימער חסידות מיט איבער צוויי טויזנט משפחות וואס איז געגרינדעט געווארן אלס אן אפטיילונג פון דער חבורה פון עובדים דורך ר' אהרל'ע ראטה'ס חסידים שומרי אמונים. טייל פון זיי וואוינען אין בית שמש, חריש און טבריה, בני ברק, און אויך האבן זיי שטיבלעך אין לאנדאן, מאנטשעסטער, מאנסי, וויליאמסבורג, בארא פארק און קרית יואל.

דער רבי און גרינדער איז געווען רבי אברהם יצחק קאהן בעל "דברי אמונה".

היסטאריע

די חבורה פון שומרי אמונים האט זיך געגרינדעט נאך אין ראמעניע בעפארן קריג. אנפאנג קריג איז ר' אהר'עלע ראטה ארויפגעגאנגען צוזאמען מיט זיינע קינדער און זיין איידעם ר' אברהם יצחק קאהן קיין ארץ ישראל וואו ער האט שוין געהאט א קבוצה און האט זיך דארטן באזעצט. ער איז געווען זייער א שוואכער מענטש אין ז' ניסן תש"ז איז ער צוזאמגעפאלן אינמיטן מאלן די ווייץ אויף פסח אין געליגן שוואך אין בעט. אין סוף נאכט האט ער געבעטן צולייגן די צוואה אונטער זיין קישן און זיין איידעם האט עס אונטערגעלייגט און גלייך דערנאך איז ער אוועק אין יונגן עלטער פין 53 יאר.

אין צוואה איז געשטאנען אז נאר איינער וואס איז אויסגעארבעט זייער שטארק זאל מספיד זיין און קיינע פין די גרויסע תלמידים האבן זיך נישט געפילט ראוי דערפאר. אינמיטן האט זיין איידעם אנגעפאנגען מספיד זיין און די תלמידים האבן באשלאסן אז אזא איינער זאל זיין ממלא מקום און אזוי איז געווען אפאר יאר.

נאך א פאר יאר האט זיין זון אנגעפאנגען אליין פירן אין א זייטיגן שטיבל; האט רבי אברהם יצחק באשלאסן אז ער וויל זיך נישט קריגן און "אלעס" אוועקגעגעבן כדי זיך נישט צו קריגן "אויך די נאמען" און געעפנט א נייעם בית המדרש און א ישיבה מיטן נאמען תולדות אהרן.

מיט די יארן איז ער געווארן פון א ראש חבורה צו א רב פון דער קהילה, און תולדות אהרן איז געווארן מער און מער א חסידות חוץ אפאר זאכן וואס גייען נאך היינט אן אלץ חבורה.

שבת קודש פרשת וירא תשנ"ה האט מען געזען אסאך אינטערסאנטע זאכן. יענע וואך איז ער אראפגעפאלן אין פארלוירן אסאך בלוט אין אריין אין א האלבע קאמע פאר צוויי יאר ביז'ן יום ז"ך כסלו תשנ"ז ווען ער איז נסתלק געווארן לגנזי מרומים.

זיין ממלא מקום איז דער היינטיגער רבי, זיין צווייטער זון רבי דוד קאהן.

דער עלטערער זון רבי שמואל יעקב קאהן האט געעפנט פאר זיך א חסידות מיטן נאמען תולדות אברהם יצחק. און באקומען א בנין פון תולדות אהרן במתנה נאכן פסק בית דין.

ניגונים

אזויווי און אנדערע חצרות, לייגט מען אין תולדות אהרן א שטארקע דגוש אויף נגינה.

מ'זינגט נישט קיין ניגונים וואס זענען געמאכט געווארן נאכן צווייטע וועלט מלחמה,[1] חוץ די וואס זענען פארפאסט געווארן דורך חסידי הקהילה.

ניגוני האדמורי"ם

דער שומר אמונים האט מחבר געווען אסאך ניגונים, מ'פארציילט אז יעדע ערב סוכות ביים בינדן די ד' מינים האט ער מחבר געווען א ניגון[2]. רוב זענען פארלוירן געווארן, און ס'איז איבערגעבליבן פיר און דרייסיג ניגונים די באקאנטסטע פון די איז די ניגון "יחידתי"[3].   דער דברי אמונה האט געמאכט אכט ניגונים, די באקאנטסטע פון די איז א ניגון אויף די ווערטער 'בראש השנה יכתבון' (וואס מיזינגט ביי "ונתנה תוקף") ער האט געזען אין דעם א הייליקייט און ער האט עס נישט געלאזט זינגען סתם חוץ ביי חופות און מצווה טאנץ, אויך האט ער געהייסן עס זינגען ביי זיין לוויה. אנדערע פון זיינע ניגונים זענען: ניגון אויפן פיוט לא תבושו פון קבלת שבת, ניגון צמאה נפשי, ניגון למנצח בנגינות וואס מ'זינגט אום חנוכה, ניגון אויפן תפילה א-ל אדון און ניגוני שמחה[4].   דער יעצטיגער רבי האט א עקסטערע חוש צו מוזיק און ער האט שוין מחבר געווען ארום זיבעציג (70) ניגונים, ס'דא פון זיינע ניגונים פיר סידי'ס/אלבומ'ס[5], די באקאנטסטע איז די ניגון צמאה נפשי[6]. אנדערע זענען: אויף די תפילות הוא אלוקינו, רחם בחסדך, זעקס ניגונים אויף מנוחה ושמחה, ועוד. אזוי אאויך האט ער מחבר געווען נייע ווערטער אויף ארום דרייסיג אלטע ניגונים.

היינט

מעמדים

דאס חסידות פירט עטליכע גרויסע געשעענישן יעדע יאר:

סוכות

  • שמחת בית השואבה די נעכט פון חול המועד סוכות, ווען ס'קומען פאר לעבעדיגע טאנצן באגלייט מיט מוזיק ביז גאר שפעט ביינאכט, וואס טויזנטער אידן קומען זיך מיטטייליגן.
  • הקפות שניות מוצאי שמחת תורה ווערט גערעכנט און תולדות אהרן אלץ גאר א שטארקע מעמד עס ווערט געפראוועט מיט מוזיק ביז ממש פארן עלות ווי עס קומען זיך צוזאם די גאנצע קהילה אפילו פון אנדערע שטעט ווי אויך פילע געסט פון אנדערע חסידות.

ל"ג בעומר

פאנטשער ביים שאפן דאס קליינבילד:
די הדלקה פון דער חסידות אויפן קבר הרשב"י. ל"ג בעומר, ה'תשע"ח
  • א מעמד פון צינדן א ל"ג בעומר מדורה אין מירון ביים סוף פון טאג, וואס דער היינטיגער רבי האט איינגעפירט, אחוץ פון דער הדלקה וואס קומט פאר אין ירושלים וואס דער פריערדיגער רבי פלעגט צינדן א מדורה ל"ג בעומר אין חצר פונעם בית מדרש אין ירושלים.
 
ההדלקה בל"ג בעומר בחצר החסידות ה'תשסו

פרומקייט

תולדות אהרן איז געווען באקאנט אלס זייער פרום און אויסגעשפראכן קעגן סיי וואסארא מאדערנקייט. און ביז היינט ווי למשל לעצטענס האבן זיי געעפנט א גאנצע וועד איבער דעם סוביעקט פין אקאדעמיעס.

ווערנדיג געגרינדעט מלכתחילה אלס א חבורה נישט א חסידות האבן זיי שווערע תקנות וואס פאסט פאר בני עליה, וואס איז זייער שטרענג, מען מעג נאר גיין מיטן ירושלימ'ער לבוש. און מען מוז דאווענען יעדן שבת דייקא אינעם בית המדרש הגדול.

יעדעס יאר איז דא א כינוס הגדול וואו מען שרייבט אונטער אויף די תקנות און מען גיט א פדיון נפש וואס דער אלטער רבי האט מתקן געווען אלס מיטגלידערשאפט.

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. עלון די וואך, "בראיון עם הזמר בחסידות מאיר סטאריק".
  2. זכרון צדיק חלק א'.
  3. לשמיעת הניגון.
  4. זכור לאברהם חלק ב.
  5. איינע פון זיי - צמאה נפשי, מוזיקה-יהודית/תולדות-אהרן-צמאה-נפשי.
  6. טעקע:YouTube Play Button.png תולדות אהרן אויף יוטיוב.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!