רוי:יובל

הייליג יאר נאך זיבן שמיטות

שנת היובל איז א הייליג יאר וואס קומט פאר נאך זיבן שמיטות, אין פופציגסטן יאר.

אין חומש[1] ווערט געזאגט, אז יעדעס זיבעטע יאר ווערט אנגערופן שמיטה, און יעדעס פופציגסטע יאר ווערט אנגערופן יובל. אין יובל האט מען נישט געטארט אנזייען די פעלדער: אלע פעלדער וואס זענען געקויפט געווארן, זענען צוריק געווארן דאס אייגנטום פון די פריערדיגע בעלי בתים; אלע אידישע קנעכט זענען געווארן באפרייט ווען דאס יובל-יאר איז אנגעקומען, און דער חומש געבט צו אז דאס איז ווייל מען קען נישט קויפן א איד אלס קנעכט אויף אייביג.

אין ספר יחזקאל[2] ווערט דאס יובל-יאר אנגערופן "שנת הדרור" (פרייהייט-יאר); אויך אין ספר ירמיה[3] ווערט דאס באפרייען די קנעכט אנגערופן "דרור", און די גמרא ערקלערט[4], אז דאס האט ירמיהו געמיינט דאס יובל-יאר. די גמרא[4] זאגט אויך, אז נאכדעם ווי דאס בית המקדש איז חרוב געווארן איז בטל געווארן דאס יובל-יאר.

דאס יובל-יאר איז באטראכט געווארן אלס הייליג, און אלס צייכן דערצו האט מען אין צענטן טאג פון חודש תשרי, אין יום כיפור, געבלאזן שופר אין לאנד. דאס ווארט יובל שטאמט פון בלאזן שופר מיט דעם הארן פון שעפסן ("שופרות היובלים"[5]).

דאס ווארט יובל איז אנגענומען געווארן אין די אייראפעאישע שפראך, צו דערמאנען א צייט-פייערונג, "יובילעאום".

רעפערענצן

דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!