רוי:הייליגקייט

פון המכלול
(אַריבערגעפירט פון רוי:הייליג)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

הייליגקייט אדער קדושה איז א העכערער געטליכער באגריף, וואס איר מיינונוג איז א מיסטישער געפיל געמישט מיט א רעליגיעזן גרונט פון טראדיציע, וואס מענטשן דורכאויס היסטאריע האבן אייביג געשטרעבט דאס צו לעבן, און דערמיט שפירן אז מען איז נאנטער צו גאט, און דערמיט ערליך.

שלימות - גאנצקייט, תיקון המידות

די איינפאכער טייטש איז גאנץ, אז אזוי ווי ג-ט איז א מושלם א פולער אויסגעארבייטער כביכול'דיגער פערזאן, - "כי קדוש אני" - אן קיין שום פעלער און שוואכקייט, אזוי איז די ארבייט פון יעדע מענטש אויף די וועלט זיך אויסצוארבייטן די שלעכטע מדות און שוואכקייטן, צו זיין הייליג, און רש"י זאגט א עצה וויאזוי צוציקומען צו די הויכע מדרגה.

דערפאר הייסט אן ערליכער מאן, א הייליגער מאן, ווייל ער איז אויסגעארבייט און קען נישט טאן זינד, פונקט ווי גאט.

הייליגקייט אין אידישקייט

די תורה באפעלט: "קדושים תהי' כי קדוש אני". לויט רש"י מיינט דאס לעבן מיט פרישות - זיך אפזונדערן און נישט נאכגיין געשמאקע גלוסטיגע ציאונגען. (אבער לויט אנדערע ראשונים מיינט דאס אויך אייז קרים, פיצא, וויין א.א.וו.) אזוי ווי די תורה באפעלט ערגעץ אנדערשט "ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם". אפילו זאכן וואס מ'מעג טאן זאל מען זיך צוריק האלטן, ווייל צום סוף וועט מען דורכפאלן מיט זינד, - און דערמיט וועט מען זיין אינגאנצן איבערגעגבן פאר גאט און זיין ווילן.

קדושה - הייליגקייט אין דער יידישער רעליגיע איז גאר א ברייטער באגריף און טוט כאראקטעריזירן פיל פונקטן אין אידישקייט. דער טערמין קדושה ווערט גענוצט אויף צו באטיטלען העכערקייט, גייסטליכקייט און געטליכקייט. אויך איז דאס א מדה וואס דער יידישער רעליגיע פארלאנגט אז א מענטש זאל זיך אזוי פירן, און א מדרגה וואס א איד איז געפאדערט צו דערגרייכן.

הייליג אין דער יידישער רעליגיע באדייט דער אומשטאנד, סיטואציע, אדער זאך, וואס טוט פאראייניגן הימלישקייט מיט ערדישקייט. די פונקטליכע באדייט פון הייליגקייט איז, אנדערש ווי פרישות, עפעס וואס איז באהאפטן צום ערדישקייט און פראסטקייט פון דער גשמיות'דיגער וועלט, אבער אין דער זעלבער צייט איז עס אפגעטיילט פונעם גשמיות און איז איינס מיטן העכערקייט און רוחניות. די בעסטע און שטערקסע ביישפיל דערפאר איז גאט אליין, וואס האט באשאפן אונזער ערדישע וועלט און געפונט זיך איבעראל אין איעדע גשמיות, און צוזאמען מיט דעם איז ער אפגעשיידט פון אלעס און העכער די גאנצע באשעפעניש.

ווען עס קומט צו א סיטואציע וואס עס ווערט אויפגעדעקט די געטליכקייט פון דער ערדישקייט, ווערט דאס באטיטלט אלס הייליג. אזוי אויך איז א מענטש הייליג ווען ער איז פארנומען אין גשמיות'דיגע געברויכן אבער זיין כוונה דערביי איז העכערס, ער האט אינזין דעם אייבערשטן, דאס הייסט אז זיין גשמיות איז איינס מיטן רוחניות.

דאס איז וואס דער תורה זאגט: קדושים תהיו - כי קדוש אני, אזויווי גאט איז כביכול איינס מיטן גשמיות און מיט דעם אלעם איז ער אינגאנצן העכער פון דעם, אזוי עטס אויך אפילו ווען ענק זענען באשעפטיגט מיטן גשמיות זאל אבער אייער הארץ און כוונה נישט זיין דערביי נאר אין רוחניות און אין העכערס.

אין תנ"ך ווערט דאס ווארט פיל מאל גענוצט אלס א טערמין פון גרייטקייט און מיוחד פאר א ספעציפישן צוועק. דאס איז ווייל איר ריכטיגער אפטייטש איז א נאכאנאנדיגער אפשיידונג פון דעם געווענליכן שטייגער, נישט בלויז אן איינמאליגער אפהאקונג דערפון, נאר א שטענדיגער און נאכאנאנדער באווייז אויף גרייטקייט און אנדערשקייט פון דעם פשוט'ן אויסערליכן איינדרוק.

קידוש ה'

Postscript-viewer-blue.svg קידוש השם

נאך א מעכטיגן אקט וואס האט א אפקלאנג אויף ווייט און ברייט, ביטער אדער זיס, און דאס טראגט א מעסעזש אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט, ווערט דער אקט באטיטלט אלס קידוש ה', - הייליגונג פון גאט.

קדושים

Postscript-viewer-blue.svg קדושים

א איד וואס איז זיך מוסר נפש צו שטארבן איידער ער זאל זיך שמדן ווערט גערופן א קדוש.

אויך ווען א איד שטארבט צוליב דעם וואס ער איז א איד, איז ער א קדוש, ווייל גאט איז געהייליגט געווארן דורך אים וואס מענטשן רעדן און זען אז זיינע קינדער זענען אזוי געטריי צו אים ווערט ער דאך אנערקענט. אלע חורבן אייראפע געשטארבענע זענען קדושים, אפילו זיי זענען פרייע און אטעאיסטן, האט מען דאך זיי געהארגעט פארן איינציגן זינד אז זיי זענען אידן, ווייל נישט קיין חילוק פארוואס א אידן ווערט געהארגעט וויבאלד זיין נאציאנאלע אידענטיטעט האט געשפילט א ראלע אין זיין טויט איז אויטאמאטיש דער נאמען פון גאט געהייליגט דורך זיין טויט.

זעט אויך

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!