Book-beney isoschor.jpg
טעקע:BneiyisascherN.jpg
דער שער בלאט פון ספר בני יששכר, ירושלימער אויסגאבע

בני יששכר איז א חסידיש ספר געשריבן געווארן דורך רבי צבי אלימלך שפירא זצ"ל, רב אין דינאוו שפעטער באקאנט געווארן אויף דעם נאמען פון ספר דער בני יששכר

דער מחבר

רבי צבי אלימלך שפירא זצ"ל איז געבוירן אין יאר ה'תקמ"ג (אומגעפער), און איז נפטר געווארן י"ח טבת ה'תר"א. זיין פאטער איז געווען רבי פסח לאנגזאם, מ'האט אים געריפן רבי פסח יאווארניקער, זיין מוטער רחל מינא איז געווען א ניכטשע פון רבי אלימלך פון ליזענסק. רבי הערש מילך איז געווען רב אין צען פארשידענע שטעט, דינאוו, ריבאטוטש, סטריזשעוו, לאנצהוט, קאלאמיי, האלאשיץ, בערטש, דזשילבערץ, דובעצק, מונקאטש, נאכהער צוריק אין דינאוו.

רבי הערש מיילעך האט געשריבן אסאך ספרים, אויסער דעם ספר בני יששכר איז נאך באקאנט: אגרא דפרקא, אגרא דכלה, אזהרות מהרצ"א, ברכה משולשת, דברים נחמדים, דרך עדותיך, דרך פקודיך, הגהות והוספות מהרצ"א, הגהות מהרצ"א, הלכות ותקנות, והיה ברכה, חדושי בני יששכר, חדושי מהרצ"א, טעמי המצות, כלי הרואים, לקוטי מהרצ"א, מגיד תעלומה, מעין גנים, נחל אמונים, סדר הקרבנות, רגל ישרה, ריח דודאים, תקנות תמכין דאורייתא.

רבי צבי אלימלך ברענגט אסאך דעם חיד"א אין זיינע ספרים, אין א פלאץ שרייבט ער אויפן חיד"א אזוי: איך ווייס נישט וואו דער מראה מקום דערפון איז נישט אין סוגיות הש"ס, אבער וויבאלד דער חיד"א איז א רב מובהק אין זיין דור שרייבט אזוי בבית דין של מטה, פסק'נט מען אזוי אויך אין בית דין של מעלה.[1] אויך ברענגט דער בני יששכר זיינע ספרים ראש דוד, דבש לפי, און ער האט געשריבן דערויף הערות. די היסטאריע ספרים שרייבן אז דער בני יששכר אין זיין שניט אין דרוש ענדעלט זייער צום שניט פון חיד"א.[מקור פארלאנגט]

אינהאלט

דער מחבר שרייבט אין הקדמה פון ספר בני יששכר חייב אדם להקביל פני רבו ברגל (ר"ה ט"ז), דער דערהויבענע הייליקייט וואס קומט ארונטער אין די הייליגע צייטן, איז קיין פארגלייך פון דעם רבין צום תלמיד, און דורך דעם וואס דער תלמיד איז מקבל פנים דעם רבין ווערען זיי ווי איינס. דער דערהויבענע הייליקייט וואס קומט ארונטער אין די הייליגע צייטן פיעלט מען דורך די אותיות פון די תורה, דערפאר פירען זיך דערהויבענע אידן צו פארן אויף יום טוב צום רבין, און דער רבי זאגט פאר זיי תורה אין די הויכע זמנים.

דעם ספר בני יששכר האט דער מחבר געשריבן אויף דעם סדר שבת, ראש חדש און די צוועלף חדשים פון יאר אנגעהויבן פון חודש ניסן.


אויסגאבעס

  • זאלקאווא תר"ו, ארויסגעגעבן איין חלק דורך רבי שמואל שפירא פון פרעמישלא, דער יונגסטער זון פון מחבר.
  • זאלקאווא תר"י, ארויסגעגעבן ביידע חלקים.
  • לעמבערג ה'תר"כ, ה'תרכ"ה, ה'תרכ"ח, צוויי הונדערט איין און פערציג בלעטער, ארויסגעגעבן דורך רבי אברהם ניסן זיס.
  • לעמבערג ה'תרל"ה, ארויסגעגעבן דורך פעסיל באלאבאן.
  • פיעטרקאוו ה'תרמ"ד, הונדערט פיר און אכטציג בלעטער.
  • מונקאטש ה'תרס"ה
  • לעמבערג ה'תרס"ט, ה'תרע"ג, ארויסגעגבען אין א גרעסערן פארמאט, און אויסגעבעסערט פון דרוק פעלערן.
  • מונקאטש ה'ת"ש
  • ברוקלין ה'תש"ו
  • ירושלים ה'תשמ"ג - ה'תשמ"ה, ארויס געגעבען דורך ישיבת תולדות אהרן, אויסגעבעסערט פון צענדליגע פעלערן, מיט אן הקדמה פון זייער רבין רבי אברהם יצחק קאהן זצ"ל.
  • בית שמש ה'תשע"ד, עוז והדר האבן ארויס געגעבען בני יששכר המבואר - 6 בענדער, מיט זיין תולדות.

אויסער די אויסגאבעס, איז דער ספר בני יששכר פארשידענע מאל ארויסגעגעבן געווארן, פאטאגראפירט פון אנדערע אויסגאבעס.

רעפערענצן

  1. בני יששכר ח"ב חודש תשרי דרוש י"ד
ספרי בית דינאוו

אגרא דכלה · אגרא דפרקא · אור למאיר · אזהרות מהרצ"א · בני יששכר · ברכה משולשת · דברים נחמדים · דרך עדותיך · דרך פקודיך · הגהות והוספות מהרצ"א · הגהות מהרצ"א · הלכות ותקנות · הנותן אמרי שפר · והיה ברכה · זכרון מאיר · חדושי בני יששכר · חדושי מהרצ"א · טעמי המצות · יודעי בינה · כלי הרואים · לקוטי מהרצ"א · מגיד תעלומה · מעין גנים · נחל אמונים · סדר הקרבנות · צבי לצדיק · צמח דוד · קרן ישועה · רגל ישרה · ריח דודאים · תקנות תמכין דאורייתא

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!