טעמע אין בלאט שמועס:ראצפערט (חסידות)

חשיבות המונח "חסידות ראצפערט" כערך נפרד

11
סך הכל פון נייטראלער

דע(ר)קלערט חשיבות דורך צמא לדעת. "איחוד" נאכאלץ אן אפציע - וועט פאדערן הצבעה.

תנא קמא (שמועסביישטייערונגען)

כמדומה אז דער טערמין חסידות ראצפערט פארלאנגט נישט קיין באזונדערער ארטיקל, ווען דער איינציגער עכטער מדובר איז רבי שלום אליעזר'ל אליין, וואס פון אים רעדט זיך אין גרויס טייל דער ארטיקל. די איבריגע זענען הויפטזעכטליך נישט צו באקאנטע און ווערן נאר דערמאנט אין צוזאמענהאנג מיט אים, אלס יוצאי חלציו, ביהמ"ד אדער גאס לזכרו.

כ'מיין מ'קען רואיג פארוואנדלען דעם ארטיקל צו איינס אויף רבי שלום אליעזר'ל אליין.

נייטראלער (שמועסביישטייערונגען)

אפרופו חשיבות, וואס (אייגנטליך, וואו) זענען די טרוקענע קריטעריעס פאר ערכים אויף חסידות'ן?

תנא קמא (שמועסביישטייערונגען)

חסידות'ן האבן נישט אנדערע קריטעריעס ווי סיי וואספארא אנדערע זאך. קריטעריעס זענען מן הסתם מער ווייניגער די זעלבע ווי אין עברית, מיט פארשטייצעך מער א דגוש אויפ'ן היימישן אידיש רעדנדן עולם.

אבער צו דעם שמועס איז עס נישט אזוי ווייט נוגע. אפשר האב איך מיך נישט קלאר געשטעלט, כ'בין נישט דן איבער - און כ'וויל נישט אויסמעקן - קיין שום אינפארמאציע פון דעם ארטיקל, הענס איך וואלט עס נישט גערופן אן הצבעת מחיקה, כ'וויל סך הכל אריינשמעלצן די תוכן אין אן ארטיקל פונעם הויפט מדובר פון דעם ארטיקל הרה"ק מהרש"א.

נייטראלער (שמועסביישטייערונגען)

נישט געטראפן די קריטעריעס אין עברית.

אויב קיין חשיבות - מחיקה!

(אויב ווילסטו נוצן דערפון פארן ארטיקל אויף רבי שלום אליעזר'ל, כל הכבוד!
וועסט עס אבער דארפן באצייטנס אריבערפירן צו דיין באניצער-געביט, איידער ס'ווערט פארמעקט.)

תנא קמא (שמועסביישטייערונגען)

תוכן - יא חשיבות! אין רש"א ארטיקל.

קעפל - אויך חשיבות! אלס ווייטערפירונג צו רבי שלום אליעזר'ל.

אז די ווילסט דייקא יוזן דעם מעקן קנעפל דערפאר אויפ'ן וועג אהין, אין בעיה. כ'דארף אבער נישט דערפאר קאפירן דעם אינהאלט, ווייל סיסאפן האבן עקסעס דערצו אויך נאכ'ן מעקן 😜.

אחרי שובי, יש בעיה. כדי צו לאזן דעם קרעדיט פאר די עורכים וואס האבן שווער געארבעט אויף דער ארטיקל ובין ראשם "נייטראלער".

נייטראלער (שמועסביישטייערונגען)
נייטראלער (שמועסביישטייערונגען)

וועגן חשיבות, רעד איך נישט אריין - אבער רבי שלום אליעזר'ל פאדערט א געהעריגן ארטיקל (נישט בלויז א קורצע ביאגראפיע).

תנא קמא (שמועסביישטייערונגען)

אודאי און אודאי, קיין שאלה אז ס'פאדערט א גרויסע פארברייטערונג. (האסט מורא ס'וועט ווערן צו לאנג? קוק די לענג פון ענגלישע ערכים מומלצים).

מיין אפעליר איז נאר צו פארוואנדלען דעם ארטיקל אלס חלק פון אן ארטיקל אויף רבי שלום אליעזר'ל. פארוואס טאקע רעדסטו נישט אריין? דאס מאל בין איך פונקט יא נייגעריג צו הערן וואס אנדערע האבן צו זאגן...

נייטראלער (שמועסביישטייערונגען)
תנא קמא (שמועסביישטייערונגען)
צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

לדעתי איז אוודאי יא פארהאן חשיבות פאר'ן ערך, אלס ערך פאר זיך - אויך אויב שטיקער פון די אינפארמאציע דא קען טאקע אויך גענוצט ווערן ביים ערך אויף רש"א.

דא רעדט זיך וועגן אזעלכע פערזאנען ווי דער ראצפערטער רב פון וויליאמסבורג, למשל, וואס עס איז מיר קיינמאל נישט קלאר געווען די שייכות פון אים צו רש"א אדער צום ראצפערטער רב אין סאן פאולא. עס איז אן אייגנארטיגע געשיכטע, פונעם גאנצן השתלשלות און התגלגלות פונעם "ראצפערטער חסידות" טערמין. עס איז נישט ריכטיג צו זאגן אז דער עכטער מדובר איז נאר רבי שלום אליעזר'ל אליין.

אזויפיל יא, איך וואלט נישט געזאגט אז דאס דארף זיין פון די ערשטע צענדליגע ארטיקלען דאהי. אבער אז עס איז שוין דא פארמאגט עס בהחלט א רעכט צו בלייבן כמות שהוא.