טעמע אין בלאט באַניצער שמועס:מוטל

תנא קמא (שמועסביישטייערונגען)

שלום לכם, רבי מוטל! מן הסתם האט איר באמערקט אז איך האב אריבערגעפירט עטליכע פון אייערע ארטיקלען צום מרחב הטיוטה. איך האב עס געטון מיט ווייטאג, נאך וואס עס אונז א גרויסער זכות און פארדינסט אייער דא זיין אויף המכלול, און שאפן רייכע ארטיקלען וואס דאס איז דאך אונזער ציל. איך האב אבער געפילט פאר וויכטיג דאס צו טון, ווייל די נוהל יעצט איז צו שאפן נייע ארטיקלען בלויז אינעם מרחב הטיוטה, און נאר נאך וואס די באשטימטע בלעטער איבערקוקער קוקן דאס איבער, פירן זיי דאס אריבער צום מרחב ערכים. דאס מיינט נישט אז עפעס איז ח"ו שלעכט מיט אייער ארטיקל, נאר וויבאלד מיר ווילן אז דער אנהייב און יסוד פונעם מכלול, ד"ה די ערשטע הונדערט ארטיקלען זאלן זיין בתכלית השלימות.

גלייכצייטיג, וואלט איך אייך געראטן, אז די בלעטער אינעם רוי געביט וואס איר האט געמאכט גרויסע שינויים, ווי רבי אברהם יצחק קאהן זאלט איר קאפירן דעם טעקסט דערפון און אריינפעיסטן אין א דרעפט ארטיקל (דערביי אראפנעמען די יידיש וויקי קרדיט מוסטער), כדי די עריכות זאלן נישט חלילה פארלוירן גיין אינעם בלאטע פון רוי.

כ'וויל אייך נאכאמאל שטארק באדאנקן פאר אייערע ביישטייערונגען אינעם מכלול! כה לחי! און איך האף אויף אייער פארזעצן שרייבן און ביישטייערן.