המכלול:ברוכים הבאים

ווערסיע פון 08:45, 27 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (אינערליכע פארבינדונגען)
ניתן לשנות כל ערך באמצעות לחיצה על הלשונית עריכה

גייט אריין צום בלאט וואס איר ווילט רעדאגירן, נאכ'ן שאפן א קאנטע. איר זעט דעם קנעפל "רעדאגירט" ביים לינקן זייט אויבן? אין המכלול, אויב זענט איר אן איינגעשריבענער באניצער, קענט איר רעדאגירן כמעט אלע בלעטער צו יעדע צייט, אויסער באשיצטע בלעטער.

וואס איז המכלול?

המכלול איז אן ארומנעמנדע אידישע ענציקלאפעדיע וואס ווערט געשריבן דורכ'ן ציבור ליינער און לערנער. חבורת העורכים פארשענערט און ברייטערט אויס דעם ענציקלאפעדיע.  

אנדערש ווי די אלגעמיינע וויקיפעדיעס, לייגט המכלול געוויכט אויף נושאים וואס האבן א אידישע אינהאלט. די רעדאגירער פרובירן זייער בעסטע צו פארמיידן פראבלעמטישע תוכן פון אריינגיין אין המכלול, ווי איר קענט ליינען מער דערוועגן דא. דער ציל פון המכלול איז צו ערמעגליכן דעם פרומען ציבור צוטריט צו אן אפענעם ענציקלאפעדיע מיט פילע בלעטער, אן פראבלעמאטישע אינהאלט, עפעס וואס איז - ווי פארשטענדליך, אוממעגליך אויף וויקיפעדיע. איר קענט דא ליינען איבער המכלול און איבער די מטרה פארוואס זי איז געשאפן געווארן.  

נעוויגירט אין המכלול: אויב זענט איר געקומען זוכן א ספעציפישער בלאט, קענט איר זיך באנוצן במנוע החיפוש, אדער גיין צום הויפט זייט און אריינגיין דורך איר צו א בלאט. אויב זענט איר געקומען פאר נייגער, קענט איר איבערגיין די ליסטע פון רעקאמענדירטע בלעטער, אדער אויסוועלן א צופעליגער בלאט.

באגלייבטקייט: איר קענט זיך פארשטעלן אז די קוואליטעט פון המכלול האט שאדן פון זיין אפן פאר יעדע שרייבער, אבער דוקא די אפנקייט און לייכטקייט איז די גרעסטע הילף צו פארשענערן און פאררעכטן די עקזיסטירנדע בלעטער, און די שטענדיגע פארמערונג פון אינפארמאציע. יעדער איינער לייגט צו נאך א שטאפל אויף די ארבייט פונעם צווייטן.

איר זענט געלאדענט זיך צו ווענדן פאר יעדע אנפראגע אין שאל את המומחה, און פאר יעדע טעכנישע פראבלעם בדלפק הייעוץ. מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן.

וויאזוי קען מען העלפן?

איר ווילט העלפן? האב נישט מורא צו רעדאגירן אין מכלוליעדער איינער קען רעדאגירן, און אונז שטיצן באניצער צו זיין נועזים! טרעפט עפעס וואס קען ווערן פארשענערט, סיי אין אינהאלט, אין שפראך אדער אין פרעזענטאציע, און פאררעכט עס. איר האט מורא איר וועט עפעס שאדן מאכן? זייט רואיג: מען קען אייביג פאררעכטן אדער פארבעסערן שפעטער.

אין די צייט וואס דו ליינסט די שורות, זענען דא אנדערע וואס שאפן נייע בלעטער און רעדאגירן עקזיסטירנדע. איר דארפט נישט גארנישט ספעציעל צו נעמען א טייל.

עס איז גאר גרינג צו רעדאגירן:

  1. גייט אריין צו די בלאט וואס איר ווילט רעדאגירן אדער פאררעכטן.
  2. דרוקט אויף די רעדאגירט קנעפל אויבן.
  3. רעדאגיר דעם בלאט וויאזוי איר ווילט.
  4. דרוקט אויף "זעט אויסקוק" צו זען וויאזוי די ענדערונגען זעען אויס, און...
  5. דרוקט היט ענדערונגען צו אפהיטן וואס איר האט געשריבן. יעצט זענען די ענדערונגען אפגעהיטן אין מכלול און יעדער קען עס זען.

איר ווילט זיך צוגעוואוינען צו רעדאגירן אן אפהיטן די ענדערונגען? עקספערימענטיר רעדאגירן אין די זאמד קאסטן.