רוי:סרול בראנשטיין

ווערסיע פון 18:30, 25 נאוועמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "עp" ב־"עפ")

סרול בֿראָנשטײן (1913, שטעפענעשט, בעסאַראַביע – 1943, טאַשקענט, ראַטנפאַרבאַנד) – אידישער פּאָעט.

סרול בראָנשטײן איז געבױרן געװאָרן אין אַ פאַמיליע פון אַ בעקער אינעם דאָרף שטעפאנעשט אין דרום-מיזרחדיקן טײל פון בעסאַראַביע, דעמולט אַ געגנט אין רוסלאַנד און יעצט אין מאָלדאָװע. אין די 1930ער יאָרן האָט ער געװױנט אין בוקאַרעשט, װי ר'האָט זיך אָנגעהױבן דרוקן אין אידישע צײַטונגען און זשורנאַלן אין רומעניע, אַרײַנגערעכנט "די װאָך" (רעדאַגירט פונעם פּראָזאַיִקער משה אַלטמאַן) און "שױבן" (רעדאַגירט דורכן באַרימטן דיכטער און טעאַטער-דירעקטאָר יעקבֿ שטערנבערג). געדרוקט פּאָעזיִע און ליטעראַטור-קריטיק.

זײַן ערשט פּאָעזיע ביכל "מאָלדאָװע, מײַן הײם" איז אַרױס אין בוקאַרעשט אין 1938 און די צװײטע זאַמלונג "כ'האָב געעפנט ברײט די טױערן" - מיט אַ יאָר שפּעטער. אין 1940, װען בעסאַראַביע איז געװאָרן סאָװעטיש, איז בראָנשטײן אַהין קריקגעקומען. ער איז געװען אַ סאָלדאַט אין דער סאָװעטישער אַרמײ בשעת דער צװײטער װעלט-מלחמה, פאַרװוּנדיקט געװאָרן אױpן פראָנט אין 1942 און געשטאָרבן פון די דורכגעשאָסענע לונגען-װוּנדן אין אַ מיליטער-שפּיטאָל אין טאַשקענט, מיטל-אַזיע (יעצט אין אוזבעקיסטאַן) דעם װינטער 1943.

כ'שלעפּ אַרום אַ זאַק מיט בײנער
אױף די גאַסן צו פאַרקױpן
קײנער אָבער װיל בײַ מיר די סחורה קױpן
קײנער
פּאַרדאָן, כ'האָב יאָ אַ קונה אױף איר געטראָpן
דאַרף ער אָבער בײנער האָבן אמתדיקע טױטע
ניט װי מײַנע, לעבעדיקע און באַהױטע