שלום איז געבוירן ציון סילוואַן משה שלום[1] צו שמעון און מרים שלום אין גאַבעס, טוניסיע. זיי האבן אימיגרירט אין ישראל אין 1959 און האָבן געוואוינט אין באר שבע. זיין פאָטער איז אומגעקומען אין עלטער פון 37 יאָר בעת אַ רויבעריי אין א באנק צווײַג אין באר שבע.[2] אין אָנדענק פון זיין פאָטער, איז געגרינדעט געווארן אַ שול אין קוואַרטאַל ה' אין דער שטאָט. נאָך זײן מיליטערישער דינסט האָט ער שטודירט אין בן-גוריון אוניווערסיטעט פונעם נגב און האָט באַקומען אן ערשטן דיפּלאָם אין עקאָנאָמיק און צערטיpיקאַציע ווי אַן אַקאַנטאַנט . דערנאָך האָט ער געלערנט אין דעם תל אביבער אוניווערסיטעט, וואו ער האָט באַקומען אן ערשטן דיפּלאָם אין געזעצן און האט זיך קוואליפיזירט אלס אדוואקאט; אויך האָט ער א מייסטער-דיפלאם אין פובליקער פּאָליטיק.
כנסת דעפוטאט און מיניסטער אין די 1990ער יארן
אין 1992, איז שלום געווארן געוויילט צום 13טן כנסת פאר דער ליכוד, און אין 1997 ער איז געווארן באשטימט וויצע פארטיידיקונגס־מיניסטער. אין יענער תקופה האט ער געפועל'ט צו גרינדן דעם נחל חרדי רעגימענט.
אין 1998 איז ער באשטימט געווארן מיניסטער פון וויסנשאפט און טעכנאלאגיע אין דער נתניהו רעגירונג.
pינאנץ מיניסטער
שלום האָט געדינט ווי וויצע פרעמיער מיניסטער און פינאַנץ מיניסטער אין דער 29סטער ישראל רעגירונג, די ערשטע רעגירונג פון אריאל שרון (2001 - 2003).
אויסערן מיניסטער
שלום האט געדינט אלס וויצע פרעמיער מיניסטער און אויסערן מיניסטער אין דער צווייטער רעגירונג פון אריאל שרון (פון 2003).
אין 2003 האָט ער זיך באגעגנט מיטן קעניג פון מאראקא אין טעטואן, מיט דער האָפענונג צו נארמאליזירן די באַציאונגען צווישן ישראל און מאראקא.
זיין משפּחה
אין 1993 האָט ער חתונה געהאט מיט דזשודי שלום ניר מאָזעס, פון דער קאָנטראָלינגער משפּחה פון ידיעות אחרונות. דאס פּאָרpאלק האט דריי קינדער צוזאַמען, און צוויי פון א פריערדיקן זיווג פון ניר מאָזעס. די משפּחה האָט געוואוינט אין רמת גן. אין אויגוסט 2017, האבן זיי זיך אפגעשיידט.
מוסטער:אינערן-מיניסטארן אין ישראל