מאפע פון אומאן אין אוקריינע
קבר פון רבי נחמן פון ברסלב
סאפיע גארטן אין אומאן

אומאן (אוקראיניש: Умань; פּויליש: Humań) איז א שטאָט אין צענטראל אוקראינע, מזרח פון וויניצע, אין דעם היסטארישן מזרח אייראפעאישן ראיאן פון מזרח פּאָדאָליע. עס איז אַן אינדוסטריעלע שטאָט מיט לערך 85,000 איינוואוינער (2016).

די דאָזיקע אוקראַיִנישע שטאָט טראגט גרויס וויכטיקייט פאר בראסלעווער חסידות, ווײַל זי פארמאגט דעם קבר פון זיין גרינדער, רבי נחמן פון ברעסלאוו. דער קבר איז אַ צענטער פון פּילגרימ-נעסיע, און אויף ראש השנה ווערט עס באזוכט דורך צענדליגע טויזנטער אידן, אַרייַנגערעכנט פילע וואָס זענען נישט ברעסלאַווע אנהענגערס.

עס געפינט זיך אויפ מערב זיין פון אוקריינא, צווישן קיעוו און אדעסע. עס איז ווייט פון קיעוו צוויי הונדערט קילאמעטער, עס דויערט צו פארן מיט א קאר פונעם עראפארט אין קיעוו ביז אומאן, לערך צוויי און א האלב שעה.

היסטאריע

דער גרויסער מאסן מארד

אין דער שטאט אומאן האט פאסירט א גרויסן מאסן מארד דורך פויערן און רוצחים וואס האבן אויסגעהרג'ט טויזענטער אידן מענער פרויען און קינדער צוליב דעם וואס זיי האבן נישט געוואלט ווערן קריסטן. געווען איז דאס אין יאהר ה'תקכ"ח, עס איז געקומען א גרויסער רוצח און פיינט פון די אידן ער האט געהייסן גונטא ימ"ש, ער האט געוואלט זיין א קעניג פון אוקריינא און נישט זיין אונטערגעווארפן אונטער די רוסישע צאר, ער האט צוזאמענגענומען אסאך פויערן און זיי געהעצט קעגן די רעגירונג, אבער ווי יעדע פראבלעמאטישע צייט האט דאס זייער שלעכט געווירקט אויף די אידן, די פויערן זענען געווען גרויסע פיינט פון אידן און אין א יעדע שטעטל האבן זיי גע'הרג'ט די אידישע קינדער מיט מיתות משונות רח"ל, און דערנאך זיי בארויבט דאס געלט.

ווען די אידן פון די געגענט האבן געהערט אז גונטא מיט זיינע פויערן דערנענטערן זיך, זענען זיי אלע אנטלאפן פון זייערע הייזער און איבערגעלאזט זייער פארמעגן, און אזוי ווי אין אומאן האט דאן געוועלטיגט א גראף וואס האט ליב געהאט אידן האט זיי געטראכט אז ער וועט זיי מציל זיין, אבער דער גראף האט אויך מורא געהאט, ער האט נישט געוואלט מלחמה האלטן מיטן גונטא האט ער זיך איינגעשפארט אין זיין הויז וואס איז געווען ארום גענומען מיט א שטארקע מויער, און קיינעם נישט צוגעלאזט צו זיך. די אידן האבן נישט געוואוסט וואס צו טועהן זיי האבן זיך פארזאמלט אלע אידן פון די גאנצע ארומיגע געגענט אין גרויסע בית המדרש פון שטאט, זיך צו באהאלטן פון גונטא. עס האבן זיך געציילט די נפשות וואס זענען דארט געווען איבער דרייסיג טויזענט.

צווישן די אידן וואס זענען דאן געווען אין אומאן איז געווען א ערליכער מאן ר' דוד חזן, א באהאלטענער צדיק, ער מיט נאך אסאך מענטשן האבן זיך באהאלטן אין א הייל. ווען דער רשע גונטא איז אנגעקומען צום בית המדרש, האט ער געשטעלט א חופה אין דער חופה איז געווען א צלם א שתי וערב, ער האט אויסגערופן הויך צו די אידן, ווער עס וועט דורך גיין אונטער דער חופה און זיך בוקן צום שתי וערב וועט בלייבן לעבן! אבער פון די אלע אידן האט זיך נישט געופנען אפילו איין נפש וואס איז אריבער די חופה אלע זענען געבליבן שטיין שטייף אין בית המדרש און נישט געוואלט אויפטוישן זייער גלויבן מיט קריסטנטום. די גוים זענען זייער בייז געווארן און האבן אנגעהויבן צו הרג'ענען די אידן, עס האט זיך געפונען צווישן די אידן אסאך גבורים שטארקע לייט וואס האבן צוריק געשלאגן און גע'הרג'ט אסאך פון די פויערן, אבער ווי לאנג האבן זיי דען געקענט אויסהאלטן, די פויערן האבן זיך געשטארקט און האבן גע'רצח'ט און גע'הרג'ט די אידן מיט ביטערע מיתות משונות, זיי האבן נישט געשוינט קיינעם, מענער פרויען און אפילו פיעצעלע קינדער זענען אויס'גע'שחט'ן געווארן ווי שעפסן און בהמות. די הריגות האבן גענומען דריי טעג און דריי נעכט, עס האט זיך געהערט יאמערליכע קולות און געשרייען אינעם גאנצען שטעטל אבער ליידער איז קיינער נישט זיי געקומען צו הילף. דער צדיק ר' דוד חזן מיט זיינע מענטשן ווּאס זענען געווען באהלאטן אין הייל, האבן דאס געהערט, אבער האבן גארנישט געקענט דערצו טועהן.

אינמיטן די מארדן האט דער הויפט מערדער גונטא געשריגן פארן פריץ פונעם דארף, וויסן זאלסטו איך האב דיין טאכטאר סופיע ביי מיר אין דער האנט, און האט אים געוויזן זיין טאכטער, אויב מאכסטו נישט אויף דיין מויער וועל איך זי הרג'ענען, סופיע איז געווען די איינציגע טאכטער פונעם פריץ און נישט האבנדיג קיין אנדער אויסוועג האט ער געעפענט די טיר, די פויערן זענען אריין אין זיין פלאץ, און האבן צוגערויבט זיין פארמעגן און זיין געלד, זיי האבן די טאכטער סופיע דאך גע'הרג'ט, און דערנאך זענען זיי אנטלאפן פון אומאן.

דער פריץ האט שפעטער איינגעפלאנצט א ספעציעלער שיינער הערליכער גארטן וואס איז כמעט נישט אזיינאס, און האט דעם גארטן א נאמען געגעבן סופיא נאך זיין באליבטער טאכטער, דאס איז די באקאנטע סאפיע גארטן.

ווען עס איז געווארן שטיל איז ר' דוד חזן מיט זיינע מענטשן ארויס פון זיין באהאלטעניש, און עס איז אנטפלעגט געווארן פאר זייערע אויגן דער ביטערן אמת, טייכן בלוט האט זיך געגאסן ארום, און איברים פון מענטשן זענען געלעגן צושפרייט קעפ, הענט און פיס א. ד. ג. דער צדיק ר' דוד מיט זיינע מענטשן האבן זיך געאיילט און האבן צוזאעמענגענומען אלע אברים און שטיקער פלייש פון איבעראל, זיי האבן געגראבן צוויי טיעפע גרובער קבר אחים, און דארט בערדיגט אלע אברים און שטיקער, פון דעם אלעם האט זיך געמאכט די צוויי בערג וואס מען זעט היינט אין אומאן נעבן דעם קבר פון ר' נחמן. עס איז א באקאנטער פאקט אז נאך היינט צו טאג ווען מען גייט אהין ספעציעל אין די ווינטער ווען עס רעגנט און שנייעט ווערט אנטפלעקט דארט אייביג עצמות און גלגולת פון מענטשן, די ברעסלבער חסידים געבן אכט דערויף און בערדיגן עס נאכאמהל.

דער סוף פון גונטא איז געווען אז די רויסישע רעגירונג איז געוואור געווארן פון זיינע שטיקעס, די רויסישע מיליטער האט אים געשיקט אז זיי זענען זייער באצויבערט פון זיינע קענטעניסן און וואס טוט, זיי וויל אים אויפנעמען אלס א קעניג, זיי האבן געשיקט א דעלעגאציע צו אים, ווען די דעלגאציע איז אנגעקומען האבן זיי גלייך גע'הרגט'ט גונטא מיט זיינע מענטשן.

די מאסן מארד ווערט דערמאנט אין פארשידענע היסטאריע ביכער, אויך אין ספרים ווי אין ספר שער המלך איז דא א גאנצער דרוש און א הספד אויף זיי, דער שער המלך פארציילט אין אנדערע פלעצר אין זיין ספר די שרעקליכע מיתות משונות וואס זיי האבן דורכגעמאכט, א ביישפיל ברענגט ער, די גוים האבן גענומען א קינד, און געזאגט פאר זיין פאטער די ביסט א שוחט דיין קינד איז א שעפסעל, זיי האבן געצוואנגען דער טאטע צו שחט'ן זיין קינד און געזאגט אים, "שחט מיר דאס שעפסל" רח"ל. אויך אין ספר שבחי בעל שם טוב שטייט אז דער בעל שם טוב האט גערעדט פון זיי און געזאגט פאר וואס עס איז געשעהן. עס איז דא א קינות מיטן נאמען "מגילת אומאן", וואס דער צדיק ר' דוד האט אפגעשריבן די גאנצע מעשה, עס הייבט זיך אהן מיט די ווערטער "ויקונן דוד", מען פלעגט זיך פירן און אומאן עס צו פאהרליינען אין די טעג וואס דער אומגליק האט פאסירט זעקס און זיבען טעג אין חודש פון תמוז.

די משכילים פון אומאן

די שטאט אומאן איז דעמאלטס געווען א מאדערנע שטאט, אסאך צדיקים האבן זיך געוואלט דארט בעזעסן אבער זיי האבן נישט געקענט, געוואנט האט אין די שטאט די הויפט גרויסע משכילים וואס האבן געוואלט איבער פיהרן די פרומע אידן צו זיין גוים, חייקל הורוויץ מיט זיינע צוויי איידעמער הירש בער הורוויץ, און דער אייניקעל פון דעם גאון דער נודע ביהודה משה לאנדא. זיי זענען אלע געווען תלמידים פון דעם משכיל נפתלי הירץ וויזעל. זיי האבן ביי זיך געהאט דעם ספר פון זייער רבין יין הלבנון אין כתב יד.

נפתלי הירץ וויזעל האט גשריבן דאס ספר יין הלבנן וואס איז געווען א פי' אויף מסכת אבות אבער ער האט דערין אריין געפלאכטן אסאך אפיקורשיסע געדאנגען. זיינע נאכפאלגער האבן געוואלט דרוקן דעם ספר און עס צושפרייטן צווישן אידן, און אזוי אריינברענגען די השכלה צווישן עהרליכע אידן. אין פאקט זענען זיי געווען נאנט צום קעניג פון אוקריינא זיי האבן פארמאגט ספעציעלע שריפטן פון "ניקאליי" אז זיי זענען אויסגערופענע בירגער. ווען ר' נחמן האט זיך אמאל אפגשעטעלט צו וויילן א שבת אין אומאן און די אפיקורסים האבן געהערט אז עס געפינט זיך אצינד א חסידישע רבי האט דער שווער חייקל געזאגט פאר זיינע איידעמער איך וועל גיין אים באזוכן און זען אויב עס איז ווערט מיט זאלן זיך פארהערן מיט אים! חייקל איז אריבער צו דער אכסניא פון ר' נחמן, ווען ער איז אריין געקומען פרעגט אים ר' נחמן וואס וויל א יוד, ענטפערט ער איך האב געהערט אז עס איז געקומען א גרויסער מענטש בין איך אים געקומען מקבל פנים זיין, זאגט אים ר' נחמן א גרויסער מענטש! אט קעגן אים מיר שטייט איין א גערויסער מענטש, ווייל דאן איז פונקט דארט איינגעשטאנען א רוסישער גענעראל, נו פרעגט ר' נחמן פאר וואס גייסטו נישט צו אים ? חייקל איז שטיל געווארן, ווען ער איז צוריק אהיים צו זיין משפחה האט ער זיי געזאגט ער האט טאקע מיך אביסל פארשעמעט אבער איך זע עס איז דא מיט וועמען צו רעדן.

שפעט נאמכמיט זענען די דריי משכילים אריבער צו רבי נחמן, רבי נחמן האט דאן געפראוועט שלוש סעודות מיט זיינע חסידים.


דער קבר פון רבי נחמן מברסלב

אין דעם שטעטל ליגט ר' נחמן מברסלבס קבר.

ר' נחמן מברסלב האט עטליכע מאל געזאגט ביי זיין לעבן נאך דעם וואס ער ווערט נפטר וויל ער ליגן אין אומאן. דאס ערשטע מאל וואס מען ווייסט איז געווען אין יאהר ה'תקס"ב כ"ח אב ווען ר' נחמן איז געפארן פון זלאטיפאלי וואוינען אין ברסלב, איז ער אויפן וועג דורך געפארן אומאן, ווען ר' נחמן איז דארט געפארן האט ער אפגעשטעלט די וואגן און באטראכט די בית החיים און זיך אנגערופען: "ווי שיין און גיט איז צו ליגען אויף דעם בית החיים" ער איז דאן אראפ פון וואגן און אריין אינעם בית החיים און זיך געשטעלט קוקען דערין, ער האט זיך פארטראכט און געזאגט, דא איז גוט צו ליגען, ער איז דאן אריין אין שטאט און איז געבליבן דארט אויף שבת, ער איז אויף שבת איינגעשטאנען ביי איינע פון זיינע חסידים מיטן נאמען ר' אברהם חיים פון אומאן.

דאס בית החיים איז געווען דער אלטער בית החיים, עס איז שוין אלט געווען, און מען האט שוין דארט נישט געלייגט קיין מתים, נאר אין די נייע, אבער ר' נחמן האט דאך געוואלט ליגן אינעם אלטען בית החיים צוליב די מאסן מארד. ר' נחמן האט געהאלטן אז דאס פלאץ איז זייער הייליג וויבאלד עס איז דארט פארקגעקומן אזא גרויסער קידוש השם אז קיין איין נפש האט נישט געוואלט ווערן א קריסט אלע זענען געבליבן שטייף א איד א גלייבער אין גאט ברוך הוא.


דער קיבוץ פון ברעסלבער חסידים

יעדעס יאר ראש השנה קומט דארט אהין כמעט אלע בראסלעווער חסידים פון דער גאנצער וועלט צו פראווען יום טוב מיט זייער געשטארבענעם רבי'ן, ווייל ר' נחמן האט געזאגט פאר זיינע חסידים "גאר מיין זאך איז ראש השנה", און ר' נתן מברסלב (דער תלמיד פון ר' נחמן) האט געהאלטן אז ר' נחמן האט געוואלט מען זאל קומען צו אים אויף ראש השנה אויך נאך זיין פטירה.

בשעת ר' נחמן האט געלעבט האט ר' נחמן אן א שיעור מאל געזאגט אז ער וויל מען זאל קומען צו אים אויף ראש השנה, ער האט זיך אויסגעדריקט אויך ראש השנה מוז יעדער זיין. מען דארף מאכן אט כרוז און זאגט ווער עס וויל מיך הערן זאל קומען צו מיר אויף ראש השנה, אפילו אזעלכע נשמות וואס איז קען נישט העלפן א גאנץ יאהר קען איך העלפן ראש השנה.. ווער עס קומעט צו מיר אויף ראש השנה מעג זיך באמת פרייערן, און מיט א אמת מקיים זיין דעם פסוק וואס גייט ארויף אויף ראש השנה אכלו משמנים שתו ממתקים כי חדות ה' היא מעוזכם. זעלבסט פארשענדליך אז די חסידים האבן זיך צוגעכאפט דערצו, און עס פלעגן קומען אלע חסידים צו ר' נחמן. אין זיין לעצטן יאר פון זיין לעבן ראש השנה שנת ה'תקע"א. זענען זיך צוזאמען געקומען צו אים איבער טויזענט אידן.

ווען ר' נחמן איז נפטר געווארן האבן כמעט אלע חסידים {פעלט אַ מקור} און גרויסע תלמידים פון ר' נחמן פארשטאנען אז מען זאל אנהאלטן דעם מנהג מט קומען ערב ראש השנה מתפלל זיין אויף זיין ציון, און דאווענען צוזאמען אין ראש השנה. די תלמידים ווי ר' נתן מברסלב, ר' יודל ממעדווידעווקא, ר' שמואל אייזיק פון דאשיוו, ר' שמעון, ר' נפתלי, ר' יצחק מחארשיוואטע, דער טיהוויצער'ס מגיד קינדער און אייניקלעך, אלע האבן אזוי אהנגענומען. און אזוי האט זיך אויסגעפארעמט דעם מנהג ביי ברסלבער חסידים אז יעדעס יאהר גייט מען צום ציון פון ר' נחמן אין אומאן.

אין די שפעטערע יארן, ווען דער קאמוניזים האט זיך אויסגעשפארייט און עס איז נישט מעגליך געווען צו קומען, האבן די פולישע ברסלבער חסידים געמאכט א קיבוץ אויף ראש השנה אין לובלין, און נאכן צווייטן וועלט קריג. ווען מען האט בכלל נישט געקענט פארן קיין אומאן האט זיך אויסגעשטעלטע אז צווישן די ברסלעווער חסידים, איז דא אזעלכע וואס האלטן אז היינט צו טאג מוז די זאמלונג (קיבוץ) מוז נישט זיין דווקא ביי ר' נחמן'ס קבר.

  • די נ נח (תלמידים פון ר' ישראל בער אדעסער) טענה'ן אז ר' נחמן קומט אויף ראש השנה צום קבר פון ר' ישראל בער וואס איז באגראבן אין הר המנוחות אין ירושלים. און זיי שטעלן דארט אויף א ריזיגע געצעלט צו דאווענען.

אין אומאן איז פלאצירט דער סאפיע גארטן.

דער קלויז

דער קלויז איז דער גרעסטער מנין אין אומאן ווי עטליכע טויזנט אידן דאווענען דארט אהן קיין ספעציפישער רב וואס פירט עס, עס איז במשך פון די יארן כסדר פארגרעסערט געווארן און באשטייט יעצט פון א ריזיגן בית המדרש מיט א גאלעריע וואו מען קען אראפקוקן און מיטהאלטן די תפלות פון אויבן.

עס דאווענען דארט פארן עמוד אידן מיט חזקה שוין פאר לאנגע יארן און די פאקטישע ווירטשאפט ווערט געפירט דורך ברסלכעווער חסידים פון ירושלים.

ביים קלויז געפונט זיך דער פראוויזארישער שפיטאל וואס ווערט יערליך אויפגעשטעלט פארן געברויך פון הונדערטער מענטשן, און אויך ברענגט מען דארט אפ אלע פארלוירענע רענצלעך וואס מענטשן פארלירן און קיעווער אדער אדעסער לופטפעלדער.

דער היינטיגער קיבוץ

למעשה געפונט זיך אין אומאן ראש השנה אסאך מנינים וואס דאווענען נישט ביים קלויז.

א) דער בית המדרש לספרדים אונטערן קלויז
ב) דער תימן'ער מנין ביים ציון
ג) דער ספרדישער מנין אינדרויסן פון ציון
ד) דער מנין פון שיינער
ה) חסידי רבי אליעזר שלמה שיק ז"ל
ו) קרי' נאמנה בראשות רבי יעקב מאיר שעכטער
ז) רב יצחק מאיר מארגענשטערן
ח) ר' אברהם יצחק מערמעלשטיין
ט) דער סאטמארער מנין
י) דער וויזשניצער מנין
און נאך צענדליגע קליינע מנינינים

אין תשע"ח האט זיך די חסידישע קלויז צעטיילט, היות רוב רבני ברסלב זענען ארויסגעקומען קעגן רבי אליעזר בערלאנד, און זיי האבן נישט געוואלט דאווענען צוזאמען מיט אים אין דעם זעלבן מנין, האבן זיי געענפנט א נייע קלויז.

וועבלינקען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!