רוי:וויניצע
|
וויניצע (אוקראיניש: Ві́нниця וויניציאַ; רוסיש: Ви́нница וויניצאַ; פּויליש: Winnica; ענגליש: Vynnitsia; דייטש: Winniza) איז א שטאט אין מערב-צענטראל-אוקראינע אויף די ברעגן פונעם דרום בוג, וואס געפינט זיך אומגעפער 200 ק"מ דרום־מערב פון קיעוו.
וויניצע איז די הויפטשטאט פון דער וויניצער גובערניע, און די גרעסטע שטאט אינעם היסטארישן ראיאן פאדאליע.
געשיכטע
די שטאָט איז געגרינדעט געווארן אינעם 14טער יארהונדערט אין דער גרויס-הערצאגשאפט פון ליטע. פון 1569 ביז 1793 איז די שטאט געווען א טייל פון פוילן אחוץ פון א קורצער תקופה פון 1672 ביז 1699 ווען זי איז געווען א טייל פון דער אטאמאנישער אימפעריע.
ביים רוסישן צענזוס אין 1897, האט וויניצע געהאט א באפעלקערונג פון 30,563 און איז געווען די דריט־גרעסטע שטאט אין פאדאליע, נאך קאמעניץ און אומאן.
אידישע היסטאריע פון וויניצע
אידן האבן זיך באזעצט אין וויניצע אינעם 16טן יארהונדערט. אין 1648 האבן די קאזאקן איינגענומען די שטאט. אלע אידן האבן נישט געזדאנזשעט אנטלויפן פון דער שטאט האבן זיי געמארדעט.
אין 1900 האבן געוואוינט אין וויניצע 11,689 אידן.[1]
נאך דער צווייטער וועלט-מלחמה זענען אידן צוריקגעקומען צו דער שטאט. אין 1959 האבן געוואוינט אין וויניצע 19,500 אידן, 16% פון דער באפעלקערונג.
צווילינג שטעט
- קעלץ, פוילן
- פיטערבארא, ענגלאנד, פאראייניגטע קעניגרייך
- מוסטער:פאן/ארצות הברית|קישור=ארצות הברית|גבול|בירמינגהאם, אלאבאמאpx|ארצות הברית]] [[טעקע:
- ריבניץ, מאלדאווע
- בורסע, טערקיי
- מוסטער:פאן/ליטא|קישור=ליטא|גבול|פאנאוועזשpx|ליטא]] [[טעקע:
רעפערענצן
דרויסנדיגע לינקס
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
בילדער און מידיע אויף וויקימעדיע קאמאנס: וויניצע |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!