רוי:בראזיל

ווערסיע פון 08:12, 25 נאוועמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "פֿ" ב־"פ")
פעדעראַטיװע רעפובליק פון בראַזיל
República Federativa do Brasil
פאן בראזיל
סימבאָל בראזיל
פאָן הערב
נאַציאָנאַלע זינגליד: בראזיליאנער נאציאנאלע זינגליד
אָרט פון בראזיל
קאָנטינענט דרום אמעריקע
אָפיציעלע שפּראַך פארטוגעזיש
הויפּטשטאָט בראַזיליאַ 15°47′S 47°52′W / 15.783°S 47.867°W / -15.783; -47.867 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
רעגירונג פעדעראלע רעפובליק
פּרעזידענט
פּרעמיער מיניסטער
זשאאיר באלסאנארא
גרינדונג דאַטום
7טן סעפטעמבער 1822
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענט וואַסער
8,511,965 קוואַדראַט ק"מ
פינפט אין דער װעלט
0.65
באַפעלקערונג
- צאָל
- וועלט גראַדונג
- ענגקייט

202,768,562 (אין 2014)
פינפט אין דער װעלט
20.5 מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע $1.984 טריליאן ()
וואַלוטע רעאל
צייט זאָנע UTC - 2 ביז UTC - 5
אינטערנעט דאָמען br.
טעלעפאָן קאָד 55+
מלוכיש מאָטאָ: סדר און פראָגרעס

בראַזיל אדער בראַזיליע (פארטוגעזיש: Brasil), אפיציעל די פעדעראַטיװע רעפובליק פון בראַזיל (פארטוגעזיש: República Federativa do Brasil), איז דאס גרעסטע לאַנד אין דרום אַמעריקע. זײַן הױפּטשטאָט איז בראַזיליאַ. בראזיל איז דער וועלט'ס פינפט גרעסטע לאנד, סיי לויט שטח סיי לויט באפעלקערונג. עס דאס גרעסטע פארטוגעזיש-רעדנדיקע לאנד אין דער וועלט, און דאס איינציגסטע אין די אמעריקעס.

בראזיל גרענעצט דעם אטלאנטישן אקעאן צו מזרח מיט א בארטן־ליניע לאנג 7,491 ק"מ. עס גרענעצט אלע לענדער אין דרום אמעריקע אחוץ עקוואדאר און טשילע, און באדעקט 47.3 פראצענט פונעם דרום־אמעריקע קאנטינענט. דער אמאזאנאס באסיין שליסט איין א ריזעדיקן טראפישן וואלד מיט פארשידענע עקאלאגישע סיסטעמען.

בראזיל האט געהאט א סך אלט-געזעסענע איינוואוינער פעלקער איידער פעדרא אלווארעז קאבאל איז געקומען אין 1500 און געמאנט דאס לאנד פאר דער פארטוגעזישער אימפעריע. ביז 1808 איז בראזיל געווען א פארטוגעזישע קאלאניע. ווען פראנקרייך האט אינוואדירט פארטוגאל אין 1808, איז די הויפטשטאט פון דער אימפעריע געווארן גערוקט פון ליסבאן אויף ריא דע זשאנערא. אין 1822 איז בראזיל געווארן אומאפהענגיק פון פארטוגאל, און א קאנסטיטוצאנעלע מאנארכיע מיט א פארלאמענטארער סיסטעם איז געווארן איינגעפירט. אין 1889 האבן די מיליטער איבערגעקערט די אימפעריע, און דאס לאנד איז געווארן א רעפובליק מיט א פרעזידענט.

לויט דער היינטיקער קאנסטיטוציע פון בראזיל, פארמולירט אין 1988, איז דאס לאנד א פעדעראלע רעפובליק. די פעדעראציע באשטייט פון דעם פעדעראלן דיסטריקט, 26 שטאטן און 5,570 מוניציפאליטעטן.

די עקאנאמיע פונעם לאנד איז די אכט גרעסטע אין דער וועלט לויט ברוטא אינלענדישן פראדוקט גערעכנט אין דאלארן, און זיבעט לויט פראדוקט ווערדע (קויפן קראפט פאריטעט).

בראזיל איז א גרינדער מיטגליד פון די פאראייניגטע פעלקער, גרופע 20 און דער ארגאניזאציע פון אמעריקאנישע שטאטן.

די הויפט אינדוסטריעס זענען קאווע, אויטאמאבילן, סויע, אייזן, שטאל און ציטרוס פרוכט. בראזיל איז דער וועלט'ס גרעסטער פראדוצירער פון קאווע שוין 150 יאר.

אום 28סטן אקטאבער 2018, איז זשאאיר באלסאנארא דערוויילט געווארן פרעזידענט פון בראזיל. ער הייבט אן זיין קאדענץ דעם 1טן יאנואר 2019. דורך די וואלן האט ער געמאלדן אז דאס ערשטע לאנד וואס ער גייט באזוכן אלס פרעזידענעט וועט זיין ישראל און דערנאך די פאראייניגטע שטאטן. אויך האט ער צוגעזאגט אריבערפין די בראזילישע אמבאסאדע קיין ירושלים.

היסטאריע

דער ערשטער אייראפעער וואס איז געקומען קיין בראזיל איז געווען דער פארטוגעזישער אויספארשער פעדרא אלווארעס קאבראל, אין 1500. ער האט געמאנט בראזיל פאר פארטוגאל. אין 1549 האט פרטוגאל אויפגעשטעלט אין בראזיל א צענטראלע רעגירונג, און דער שטאט סאלוואדאר. די פארטוגעזישע קאלאניסטן האבן געפלאנצט צוקער ראר און זיי האבן געברענגט מיליאנען אפריקאנישע שקלאפן צו ארבעטן אין די פעלדער. אין די 17טן און 18טן יארהונדערטער האט מען אנטפלעקט אין דרום און מערב בראזיל גאלד און ברילאנטן.

אין פעברואר 1822 האט אנגעהויבן די אומאפהענגיקייט מלחמה פון בראזיל צווישן די בראזיליער קאלאניסטן און דער פארטוגעזישער רעגירונג, און האט געענדיגט דעם 8טן מערץ 1824, ווען די לעצטע פארטוגעזישער זעלנער האבן אונטערקאפיטולירט. די מלחמה האט מען געפירט סיי אויף דער יבשה סיי אויפן ים. דעם 29סטן אויגוסט 1825 האט פארטוגאל אפיציעל אנערקענט בראזיל.

דעם 15טן נאוועמבער 1899 האט די ארמיי איבערגעקערט די מאנארכיע.

 
פראקלאמאציע פון אומאפהענגיקייט פון בראזיל דורך פרינץ פעדרא (געמאלן דורך פעדרא אמעריקא)

מאדערנע תקופה

אין 1956 איז זשוסעלינא קוביטשעק געווארן פרעזידענט. אין זיינע יארן זענען די עקאנאמיע און דער אינדוסטריעלער סעקטאר שטארק געוואקסן. מען האט געבויט די נייע הויפטשטאט בראזיליא, וואס איז געווארן געווידמעט אין 1960. זיין נאכפאלגער איז געווען זשאניא קוואדראס וואס האט אבער רעזיגנירט אין 1961. נאך אים האט געדינט זיין וויצע־פרעזידענט, זשואווא גולאר; דאס מיליטער האט אים אראפגעזעצט אין 1964. דער מיליטערישער רעזשים האט געדויערט ביז די 1980ער יארן.

אין 1985 איז כאזע סאַרני געווארן פרעזידענט, אבער ער האט נישט געקענט איבערהערשן די עקאנאמישן קריזיס און איבעראינפלאציע וואס ער האט גע'ירשנט פונעם מיליטערישן רעזשים. אין 1989 האט מען געוויילט אלס פרעזידענט פערנאנדא קאלאר.

אין 2002, און נאכאמאל אין 2006, האט מען געוויילט לואיס דא סילווא פרעזידענט. זיין נאכפאלגער, זייט 2011, איז דילמא רוסעף, די ערשטע פרוי צו ווערן פרעזידענט פון בראזיל. דעם 26סטן אקטאבער 2014 איז דילמא רוסעף געווארן געוויילט פרעזידענט א צווייט מאל, קעגן א קאנסערוואטיוון פארמעסט.

אדמיניסראציע

בראזיל איז א פעדעראציע פון 26 שטאטן. די רעגירונג פון בראזיל איז א דעמאקראטישע רעפובליק מיט א פרעזידענט-סיסטעם. דער פרעזידענט איז סיי ראש-מלוכה און סיי הויפט פון דער פאראייניגונג-רעגירונג, וואס ווערט געוויילט אויף א קאדענץ פון פיר יאר מיט א מעגלעכקייט פון א צווייטן קאדענץ. דער היינטיקער פרעזידענט איז דילמא רוסעף, זייט דעם 1טן יאנואר 2011. דער פרעזידענט באשטימט די מיניסטארן.

די בראזילישע פעדעראציע איז די פאראייניקונג פון די שטאַטן, די מוניציפאליטעטן און דער פעדעראלער דיסטריקט. די פעדעראציע איז באזירט אויף פינעף גרונטלעכע פרינציפן: סואווערעניטעט, בירגערשאפט, ווערדע פון מענטשן, די סאציאלע ווערטן פון ארבעט און פרייהייט פון פירנעמונג, און פאליטישער פלוראליזם. די לעגיסלאטור פון דער פעדעראציע ווערט גערופן די "נאציאנאלע קאנגרעס פון בראזיל".

מיליטער

די מיליטערישע קראפטן פון בראזיל זענען די צווייטע גרעסטע אין לאטיין אמעריקע, און באשטייט פון דער בראזילישער ארמיי, בראזילישן לופטפלאט און בראזילישן ים־פלאט. די ארמיי האט 235,978 טעטיקע פערסאנאל.

געאגראפיע

דער מזרח גרענעץ פון בראזיל איז דער אטלאנטישער אקעאן, מיט א בארטן לענגער פון 7,367 ק"מ. אחוץ דעם גרענעצט בראזיל מיט אורוגוויי צו דרום, ארגענטינע און פאראגוויי צו דרום־מערב, באליוויע און פערו צו מערב, קאלאמביע צו צפון־מערב, און מיט ווענעזועלע, גייאנע, סורינאם און דעם פראנצויזישן דעפארטמענט פראנצויזישע גויאנע צו צפון. בראזיל האט א גרענעץ מיט יעדן לאנד אין דרום אמעריקע אויסער טשילע און עקוואדאר. אויך נעמט איין בראזיל עטלעכע ארכיפעלאגן אינעם אקעאן. צוזאמען מיט די אטלאנטישע אינזלען ליגט בראזיל צווישן גארטל ליניעס 6°N און 34°S, און מערידיאנען 28° און 74°W.

בראזיל איז דאס פינפטע גרעסטע לאנד לויט שטח אין דער וועלט, און דאס דריטע גרעסטע אין די אמעריקעס, מיט א שטח פון 8,515,767.049 קוואדרט מעטער, כולל 55,455 קוואדראט מעטער פון וואסער. בראזיל האט פיר צייט זאנעס, פון UTC-5 אין דעם מערב טייל פון לאנד, ביז UTC-2 אין די אטלאנטישע אינזלען; די "נאציאנאלע צייט" פון בראזיל איז UTC-3.

עקאנאמיע

בראזיל האט די גרעסטע נאציאנאלע עקאנאמיע אין לאטיין אמעריקע, די אכט גרעסטע עקאנאמיע אין דער וועלט לויט דעם מארק קורס, און די זיבעט גרעסטע עקאנאמיע לויט קויפקראפט, וועדליק די אינטערנאציאנאלער געלטפאנד און וועלט באנק. בראזיל האט א געמישטע עקאנאמיע מיט ברייטע נאטירלעכע רעסורסן. אין 2014 איז דער ברוטא נאציאנאלער פראדוקט לויט קויפקראפט געווען $15,153 א מענטש. די ארבעטסקראפט פון בראזיל איז טעטיג אין לאנדווירטשאפט, מינעריי, פאבריקאציע און דינסט סעקטארן.

די אינדוסטריע פון בראזיל איז באזירט בעיקר אויף אוויאציע, קאווע, אויטאמאבילן, סויע, אייזן, שטאָל, ציטרוס פרוכט און עלעקטראנישע אפאראטן.

שוין די לעצטע 150 יאר איז בראזיל דער וועלטס גרעסטער פראדוצירער פון קאווע. אנדערע וויכטיקע עקספארטן זענען לופטמאשינען, עלעקטרישע געצייג, אויטאמאבילן, עטאנאל, טעקסטיל, אייזן ארץ, שטאל און מאראנצן זאפט.

אין 2002 האט בראזיל באקומען א הלוואה פונעם אינטערנאציאנאלן געלטפאנד פאר $30.4 ביליאן, די גרעסטע הלוואה פונעם געלטפאנד ביז דעמאלסט. ס'האט געהייסן אז בראזיל מוז צוריקבאצאלן די הלוואה ביז 2006, אבער אין 2005 האט די בראזיליער צענטראלבאנק שוין צוריקבאצאלט די גאנצע הלוואה.

בראזיל פארלירט א סך געלט וועגן קארופציע, אין איין יאר אליין $41 ביליאן; 69.9% פון דעם לאנד'ס פירמעס האלטן אז קארופציע איז א הויפט אורזאך פארוואס זיי קענען נישט אריינדרינגען דעם גלאבאלן מארק מיט דערפאלג.

ביז 2010 האט די עקאנאמיע שטארק געשטיגן, אבער זייט דעמאלסט איז געווארן א רעצעסיע.

די עקאנאמיע פון בראזיל איז גאנץ פארצווייגט און שליסט איין לאנדווירטשאפט, אינדוסטריע און א ברייטע רייע פון דינסטן. אין 2007 האט לאנדווירטשאפט צוזאמען מיט וועלדעריי און פישעריי געווען 5.7% פונעם ברוטא אינלענדישן פראדוקט.

אינדוסטריע, פון אויטאמאבילן, שטאל און פעטראכעמיקאלן צו קאמפיוטערס, פליווארג און אויסהאלטיקע גיטער, ווערט גערעכנט ווי 30.8% פונעם ברוטא אינלענדישן פראדוקט. די אינדוסטריע איז קאנצענטרירט אין סאא פאולא, ריא דע זשאנערא, קאמפינאס, פארטא אלעגרע און בעלא האריזאנטע.

בראזיל איז דער וועלט'ס צענטער גרעסטער ענערגיע קאנסומענט.

אינפראסטרוקטור

וויסנשאפט און טעכנאלאגיע

די אגענטורן פון דער רעגירונג געבן געלט אויף פארשונג אין דעם געביט פון טעכנאלאגיע. די הויפט טעכנאלאגישע אנשטאלטן זענען אזוואלדא קרוז אינסטיטוט, בוטאנטאן אינסטיטוט און די בראזיל לאנדווירטשאפט פארשונג קארפאראציע.

88% פון בראזיל'ס עלעקטריציטעט קומט פון הידרא-עלעקטרישער קראפט. בראזיל איז דאס איינציגסטע לאנד אין לאטיין אמעריקע וואס פאבריצירט האלב-דורכפירערס.


טראנספארט

די שאסיי סיסטעם פון בראזיל האט געהאט 1.98 מיליאן ק"מ (אין 2002).

זייט 1945 גייט אראפ די באן סיסטעם פון בראזיל, און מען בויט בעיקר נייע שאסייען. אין 2002 זענען געווען 31,848 ק"מ פון באן וועג. די ערשטע מעטרא סיסטעם אין בראזיל איז געווען דער סאא פאולא מעטרא.

אין בראזיל זענען פאראן אומגעפער 2,500 פליפארטן, די צווייטע גרעסטע צאל אין דער וועלט (נאך די פאראייניגטע שטאטן).

געזונט

בראזיל האט א נאציאנאלע געזונט סיסטעם פאר אלע בירגער אומזיסט. פארמעגלעכע בראזיליאנער האבן אויף פריוואטע געזונט דעקונג.

אין 2002 האט בראזיל געהאט 40% פון מענטשן וואס ליידן פון מאלאריע אין דער גארער וועלט.

בילדונג

מעדיע און קאמוניקאציע

בעלי חיים

פארשיידענע בעלי חיים וואוינען אין דעם אמאזאן רעגנוואלד, צווישן זיי הערשן (אין דרום) און עטלעכע זגאלן מאלפעס (אין צפון). אויך שניי לעמפערט, פוקסן און טאפירן.

קולטור

מוזיק

בראזילישע מוזיק האט עלעמענטן פון אייראפעאישער און אפריקאנישער מוזיק. די סאמבע איז א מוזיק־זשאנער וואס שטאמט פון און סימבאליזירט בראזיל.

ספארט

דער פאפולערסטער ספארט אין בראזיל איז פוטבאל. דער בראזילער נאציאנאלער פוטבאל מאנשאפט ווערט ראנגירט צווישן די בעסטע אין דער וועלט, און האט געווינען דעם וועלט־קאפ טורניר פינף מאל, מער ווי יעדן אנדער לאנד. נעצבאל, קוישבאל, אויטאספארט און קאמפקונסט זענן אויך שטארק פאפולער.