רוי:באריס סאנדלער

ווערסיע פון 07:50, 25 נאוועמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "pו" ב־"פו")
טעקע:Sandler.gif
באָריס סאַנדלער

באָריס סאַנדלער (געב' דעם 6טן יאנואר 1950 אין בעלץ) איז אַ זשורנאַליסט און דער געוועזענער רעדאַקטאָר פון פאָרווערטס.

ביאגראפיע

סאנדלער איז געבוירן געוואָרן אין יאָר 1950 אין בעלץ (היינט אין מאָלדאָווע). צו יענער צײַט איז די pראַגע פון דער ייִדישער קולטור און ליטעראַטור אין ראַטן־פאַרבאַנד "ענדגילטיק געלייזט געוואָרן". די היים און גאַס אין דער שטאָט בעלץ (מאָלדאַוויע) זײַנען געוואָרן דער שפּראַך־ און שטייגער־מקור פון אַ ייִדיש לעבן, וואָס סאַנדלער האָט אײַנגעזאַפּט אין זיך אין די קינדער־יאָרן און שפּעטער באַשריבן עס אין זײַנע פּראָזע־ווערק.

צו פינעף יאָר הייבט ער אָן זיך לערנען מוזיק. נאָך זײַענדיק אַ סטודענט פונעם קונסט־אינסטיטוט אין קעשענעוו, הייבט ער אָן אַרבעטן, ווי אַ פידלער, אינעם סימפאָנישן אָרקעסטער בײַ דער מאָלדאַווישער מלוכישער פילהאַרמאָניע. דער קאַריערע פון אַ פידלער האָט ער אָפּגעגעבן בסך־הכּל אַרום pערציק יאָר.

אַ גרויסע השפּעה אויף זײַן אומקער צו מאַמע־לשון און צום אָנהייבן שאַpן אויף ייִדיש האָט געהאַט דער שרײַבער יחיאל שרײַבמאַן. מיט שרײַבמאַנס אַרײַנפיר־וואָרט ווערן אָפּגעדרוקט אינעם מאָסקווער זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד", 1981, זײַנע ערשטע דרײַ נאָוועלן. שפּעטער ווערט ער דאָרט אַ מיטגליד פון דער רעדאַקציע־קאָלעגיע. אינעם זעלבן יאָר קומט ער אָן אויף די ערשטע יידישע ליטעראַרישע קורסן בײַם מאָסקווער ליטעראַטור־אינסטיטוט אויף גאָרקיס נאָמען, וואו ער האט שטודירט מיט לעוו בערינסקי, משה פּען און וועלוול טשערנין. זײַן ערשט בוך — "טרעפּלעך אַרויף צו אַ נס", איז דערשינען אין יאָר 1986.

אין יאָר 1989 האָט באָריס סאַנדלער געגרינדעט בײַ דער מאָלדאַווישער נאַציאָנאַלער טעלעוויזיע די ערשטע אין ראַטן־פאַרבאַנד ייִדישע טעלעוויזיע־פּראָגראַם, "אויף דער ייִדישער גאַס" און געפירט זי אויף ייִדיש. לויט זײַן איניציאַטיוו, איז געשאַpן געוואָרן אין קעשענעוו די ייִדישע ביבליאָטעק אויף איציק מאַנגערס נאָמען. באָריס סאַנדלער איז אַ מחבר פון סצענאַרן פאַר צוויי פילמען. פון 1990 ביז זײַן עולה זײַן קיין ישׂראל אין 1992, רעדאַגירט ער דעם ייִדישן טייל פון דער צוויישפּראַכיקער צײַטונג "אונדזער קול" (קעשענעוו).

אין ישׂראל ווערט סאַנדלער אָנגעשלאָסן אינעם פאַראיין פון ייִדישע שרײַבערס און זשורנאַליסטן, וווּ ער איז אויסגעוויילט געוואָרן פאַרן וויצע־פאָרזיצער. ער אַרבעט אינעם ירושלימער העברעישן אוניווערסיטעט, שאַפט און לאָזט אַרויס דעם קינדער־זשורנאַל "קינד־און־קייט", נעמט איבער די פאַרוואַלטונג פונעם "לייוויק־פאַרלאַג", וווּ נאָך אַן איבעררײַס הייבן אָן ווידער אַרויסצוגיין ביכער פון ייִדישע מחברים.

אין יאָר 1998 נעמט סאַנדלער אָן די פאַרבעטונג צו אַרבעטן אין דער עלטסטער ייִדישער צײַטונג "פאָרווערטס", ניו־יאָרק, וווּ אין גיכן ווערט ער דער הויפּט־רעדאַקטאָר. אונטער זײַן השגחה פלעגט דערשײַנען יעדער וואָך אויך די ראַדיאָ־פּראָגראַם "די פאָרווערטס־שעה", און די חודשדיקע פּובליקאַציע פאַר סטודענטן "ווײַטער".

זײַנע ווערק זײַנען איבערגעזעצט אויף רוסיש, ענגליש, pראַנצייזיש, עבֿרית, רומעניש, דײַטש און אַנדערע שפּראַכן.

באָריס סאַנדלער איז אַ מחבר פון סצענאַרן פאַר צוויי פילמען: "גיב זיך ניט אונטער, ייִדיש" (1991), און "וווּ איז מײַן היים?" (1992); 10 ווידעאָ־דאָקומענטאַרן "מאָנאָלאָגן פון ייִדישע שרײַבערס". אַרויסגעגעבן 24 ביכער פון קינסטלערישער פּראָזע: "טרעפּלעך אַרויף צו אַ נס" (מאָסקווע, 1986), "סטופּעני ק טשודו" (מאָסקווע, 1988), "דער ענין נומער "5390 (ירושלים, 1992), דער אַלטער ברונעם (תל אביב, 1994), טויערן (ירושלים, 1997), "Die grunen Apfel des Paradieses" (בערלין, 2003), "גלינאַ אי פּלאָט'" (2003), "ווען דער גולם האָט פאַרמאַכט די אויגן" (ירושלים, 2004), "נישט געשטויגן, נישט געpלויגן" (ניו־יאָרק, 2007), "רויטע שיכעלע פאַר רייטשעל" (ניו־יאָרק, 2008), "אין קלאַנגענעץ פון נצח" (ניו־יאָרק, 2010), "למד־וואָווניקעס פון מײַן זכּרון" (ניו־יאָרק, 2011), "זעליאָניִע יאַבלאָקי ראַיאַ, רוסיש, ניו־יאָרק 2011), "Stones Don't Bear Witness (ניו־יאָרק, 2011), "קיינעמסדאָרף", ניו־יאָרק, 2012), "אַפּאָקריפן" (ניו־יאָרק, 2014), "Red Shoes for Rachel" (Syracuse University Press, 2017), "עקספּרעס־36", רוסיש, (מאָסקווע, 2017), "העלפאַנד עלי און קלעפּטשיק־בעבטשיק", ייִדיש און רוסיש (ביראָבידזשאַן, 2018), "Tall Tales About Animals Wits Tails", ענגליש און רוסיש (ניו־יאָרק, 2019), 2 בענד פּראָזע: "אַנטיקלעך פונעם סאַקוואָיאַזש" און "דעטעקטיוו ר' מאיר אָקון און אַנדערע פּאַרשוינען", ניו־יאָרק, 2019), "דענ' פּאַמיאַטי וו גאָראָדקיע אַמנעזיע", רוסיש (ניו־יאָרק, 2020), "אַ גוט מאָרגן", ייִדיש, ענגליש, רוסיש (ניו־יאָרק, ביראָבידזשאַן, 2020),

סאַמדלער איז אַ לאַורעאַט פון פּרעסטיזשפולע פּרעמיעס פאַר ליטעראַטור אין ישׂראל, פּשאַ און קאַנאַדע.