רוי:אלדד הדני
אלדד הדני (אַרויסגערעדט: אֶלְדָד הַדָנִי) נאָמען פון אַ לעגענדאַרישן ייִדישן רײַזנדער אין 9טן יאָרהונדערט.
ווי עס ווערט דערציילט אין די סיפורים וועגן אלדד הדני האָט ער זיך באַוויזן אין בבֿל און דערנאָך אין מצרים אין יאָר 880. ער האָט דערצײלט פאַר די ייִדן, אַז ער איז אַ ייִד פון שבֿט דן, דעריבער הײסט ער „הדני“, און אַז זײַן לאַנד געפינט זיך אין מזרח–אַפריקע נישט ווײַט פון רויטן ים, לעבן אַביסיניע. דערבײַ האָט ער אויך דערצײלט לעגענדעס ווי אַזוי ער האָט זיך אַריבערגעקראָגן קײן בבֿל, פאַרשײדענע פאַסירונגען מיט שיפן און רויבערס, וואָס דערמאָנען ענלעכע לעגענדעס בײַ אַנדערע פעלקער אין מיטלאַלטער. אלדד הדני האָט אויך אָנגעשריבן הלכות פון שחיטה און טריפות. די הלכות הײבן זיך אָן מיט די ווערטער „אמר רבּנוּ יהושע מפּי משׁה מפּי הגבֿוּרה“.
נאָך אַ געוויסער צײַט איז אלדד הדני פאַרשוווּנדן גאוואָרן.
די סיפורים וועגן אלדד הדני זענען געווען זײער פאַרשפרײט. דער ערשטער סיפור איז געווען געדרוקט אין מאנטוא פאַר דעם יאָר 1480. אלדד הדני ווערט דערמאָנט פון רבי חסדאי אבן שפרוט (אין 10טן יאָרהונדערט), און באַזונדערס אין דער באַקאַנטער תשובֿה פון די אנשי קירואן צו רבֿ צמח גאון. דער סיפור וועגן אלדד הדני איז געווען פאַרשפרײט אין מיטלאַלטער אויך בײַ די קריסטן. וועגן אלדד זענען פאַראַן פאַרשײדענע מײנונגען.
דער היסטאָריקער אבֿרהם עפשטײן, אין זײַן „מבוא“ צום ספור פון אלדד הדני, האַלט אַז עפעס איז פאַראַן אמת אין אלדדס מעשׂיות, אַז דאָס האָט אַ שײכות מיט די פאַלאַשן, די ייִדן וואָס האָבן אַ מאָל געהאַט אַ באַזונדערע מלוכה בײַ אַביסיניע. גרעץ און אַנדערע האַלטן, אַז אלדד איז געווען אַ קאַראַיִמער מיסיאָנער און אַ שווינדלער. דאַקעגן יעקבֿ רײפמאַן האַלט, אַז אַזאַ אלדד הדני האָט גאָרנישט עקזיסטירט, נאָר מען האָט שפעטער געפעלשט אַזאַ סיפור, און אַז אויך די תשובֿה צו רבֿ צמח גאון איז געפעלשט.