רוי:פעברואר 2
א | ב | ג | ד | ה | ו | ש |
1 | 2 | 3 | ||||
4 | 5 | 6 | 7 | 8 | 9 | 10 |
11 | 12 | 13 | 14 | 15 | 16 | 17 |
18 | 19 | 20 | 21 | 22 | 23 | 24 |
25 | 26 | 27 | 28 | 29 | ||
קאלענדאר פאר 2024 |
דעם 2טן פעברואר איז דער 33סטער טאג פון יאר אין דער פינפטער וואך אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 332 טעג (333 אין אן עיבור־יאר).
היסטארישע געשעענישן
- 1536 – שפאנישע זוכער פון גאלד גרינדן די שטאט בוענאס איירעס.
- 1653 – געגרינדעט די שטאט ניי אמסטערדאם.
- 1878 – גריכנלאנד פראקלאמירט מלחמה אויף דער אטאמאנישער אימפעריע.
- 1920 – עסטלאנד פראקלאמירט איר זעלבשטענדיקייט פון דער רוסלענדישער אימפעריע.
- 1971 – אידי אמין כאפט די הערשאפט אין אוגאנדע.
- 1999 – יוגא טשאוועז דערוויילט פרעזידענט פון ווענעזועלע.
געבוירן
- 1875 - פריץ קרייזלר, עסטרייכער פידלער און קאמפאזיטאר (געש' 1962)
- 1888 - דזשאן פאסטער דאַלעס, אמעריקאנער פאליטיקער (געש' 1959)
- 1901 - יאשא חפץ, יידישער פידלער (נפטר 1987)
- 1915 - אבא אבן, ישראלדיקער דיפלאמאט און פאליטיקער (נפטר 2002)
- 1926 - וואלערי זשיסקאר דעסטען, פרעזידענט פון פראנקרייך
געשטארבן
- 1594 - דזיאוואני דא פאלעסטרינא, איטאליענישער קאמפאזיטאר (געב' 1525)
- 1907 - דמיטרי מענדלעעוו, רוסישער כעמיקער, אנטוויקלער פון דער פעריאדישער טאבעלע (געב' 1834)
- 1970 - בערטראנד ראסל, בריטישער מאטעמאטיקער און פילאסאף (געב' 1872)
- 2008 - יהושע לעדערבערג, יידישער-אמריקאנער ביאלאג, נאבעל פריז געווינער פאר פיזיאלאגיע און מעדיצין (געב' 1925)
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!