רוי:אידיש אויסלייג

ווערסיע פון 07:10, 25 נאוועמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "פֿ" ב־"פ")


יידישע אויסלייגן זענען אָרטאָגראַפישע סיסטעמען, וואָס ווערן באַניצט צו שרייבן די יידישע שפּראַך. ס'רוב פון זיי פאַרווענדן יידישן אלף־בית.


אָרטאָגראַפישע פיל־מיניקייט איז זייער כאַראַקטעריסטיש פאַר יידיש, אַזוי ווי אויך פאַר אַנדערע יידישע לשונות, אַריינגערעכנט העברעאיש, וואָס איז כנגד שטאַרקער נטיה צו סטאַבילקייט אין אייראָפּעאישע שפּראַכן. די געשיכטע פון יידישן כתב איז עלטער פון דער שפּראַך גופא, באשר די פּרינציפּן פון כמעט אַלע אויסלייג־סיסטעמען האָבן מקורות אין לשון קודש.

אנדערש ווי העברעיש, זענען די אותיות אין יידיש צעטיילט אין קאנסאנאנטן און וואקאלן.

די קאנסאנאנטן זענען׃ א, ב, ג, ד, ה, וו, ז, ח, ט, י, כ (ך), ל, מ (ם), נ (ן), ס, פּ, פ (ף), צ (ץ), ק, ר, ש; אויך פאר ווערטער פון העברעיש אדער אראמיש: בֿ, כּ, שׂ, תּ, ת

די וואקאלן זענען: אַ, אָ, וּ, וי, יִ, יי, ײַ, ע

ווערטער וואס זענען לשון קודש (העברעיש און אראמיש) לייגט מען אויס אזוי ווי די קוואל שפראך. אנדערע ווערטער לייגט מען אויס אויפן אייראפעישן סיסטעם, מיט די וואקאלן א, ו, וי, י, יי, ע.

געשיכטע פון יידישן אויסלייג

מאָדערנע אָרטאָגראַפיעס

היינט צו טאָגס איז די פאַרשיידנקייט פון דער יידישער אָרטאָגראַפיע ווייט ניט קלענער ווי אין די בלי־יאָרן פון דער ליטעראַטור אויף יידיש. די סיסטעם, וואָס האָט פאָרמעל אַן "אָפיציעלן" מעמד אין דער אַקאַדעמישער סביבה און וואָס האָט אויך ברייטן באַנוץ אין אַ סך וועלטלעכע אויסגאַבן, איז די ייוואָ־אָרטאָגראַפיע, ד.ה. די כללים, וואָס זיינען אויספאָרמולירט געוואָרן דורכן יידישן וויסנשאַפטלעכן אינסטיטוט. דער ייוואָ נוסח האָט זיך עטלעכע מאָל געענדערט, און דעם אויסקריסטאַליזירטן סוף־רעזולטאַט באַטראַכטן אַ סך, אויב ניט ס'רוב, יידישע לייענער אויסן אַקאַדעמישע קרייזן און אויך אַ געוויסע צאָל פאָרשער, אַז ער איז צו ווייט פון טראַדיציאָנעלע אָרטאָגראַפישע סיסטעמען.

אַן אַנדער שיטה, וואָס איז אויך קאָדיפיצירט געוואָרן, איז רעפּרעזענטירט געוואָרן אין "כלל תקנות פון יידישן אויסלייג", פּובליקירט ווי אַ בשותפותדיק ווערק פון אַ ריי אוניווערסיטעטן. די כוונה פון דער אויסגאַבע איז געווען צו פאָרמולירן דעם כוללדיקן "סטאַנדאַרט" און זיין נאַטירלעכע פאַרשיידנקייט, וואָס מען טרעפט (אָדער האָט געטראָפן) אין פאַרשידענע ביכער און זשורנאַלן, וואָס זיינען ניט פאַרבונדן מיט דער טעטיקייט פון ייוואָ. געוויסע וואַריאַציע ווערט צוגעלאָזן, אָבער דעם דייטשמערישן אָרטאָגראַפישן סטיל וואַרפן די מחברים פון "כלל תקנות" אַוועק.

די אָרטאָגראַפיע, וואָס מען נוצט אין חסידישע פּובליקאַציעס, האָט קיינע תקנות ניט. קיין גרויסע איינאַרטיקייט כאַראַקטעריזירט זי אויך ניט, אָבער באַשטימטע סימנים זיינען אין דעם אויסלייג פאַרשפּרייט, ווי למשל, כתב אָן ניקוד, מער אָדער ווייניקער אָפטער נוסח צו שרייבן מיט שטומע ע און ה אין עטלעכע ווערטער און אַנדערע צייכנס פונעם דייטשמערישן סטיל, קאָנסעקווענט שרייבן אי־ פאַר יי־ אָנהייב וואָרט און אַנדערע.

אַ באַזונדערע סיסטעם איז אַנטוויקלט געוואָרן אין סאָוועטן פאַרבאַנד: דער אַזוי גערופענער סאָוועטישער אויסלייג. די הויפּטטענדענץ אין דער שיטה איז געווען די פאָנעטישקייט פונעם כתב: פון וואַנעט ניט איז אַ וואָרט געקומען, מוז מען דאָס וואָרט שרייבן פאָנעטיש. אַ צאָל מאָרפאָלאָגישע כללים האָבן אָבער פאָרט חל געווען. אין אַ פולער פאָרם פון דער סאָוועטישער סיסטעם האָט מען אָפּגעוואָרפן אויך די סוף־אותיות. היינט איז דער מעמד פונעם סאָוועטישן אויסלייג שוואַך, הגם מען איז נאָך ממשיך צו פאָלגן די טראַדיציע אין דער צייטונג "ביראָבידזשאַנער שטערן".

פאַרשיידענע פּרינציפּן פון יידישן אויסלייג

די פאַרשיידנקייט פון יידישע אויסלייגן איז בכלל פאַרבונדן מיטן איבערוואָג פון דעם אָדער יענעם פּרינציפּ, וואָס מען שטעלט אַרויס אויבנאָן. קיינע פון די היינטיקע אָדער פריערדיקע אָרטאָגראַפיעס פאָלגן אָבער ניט אויס בלויז איין עיקר.

לויט דעם היסטאָרישן פּרינציפּ האַלט מען, אַז מען מוז שרייבן אַזוי, ווי מען שרייבט אין מקור־שפּראַכן. ד.ה., בדרך כלל שרייבט מען די ווערטער פונעם סעמיטישן קאָמפּאָנענט אַזוי ווי אין לשון קודש (און יידישן אַראַמיש). אַנאַלאָגיש, אין געוויסע אויסלייגן איז עס אָנגענומען צו שרייבן ווערטער פון גערמאַנישן אָפּשטאַם אימיטירנדיק די דייטשישע אָרטאָגראַפיע, לויטן אַזוי גערופענעם דייטשמערישן סטיל פון אָרטאָגראַפיע.

אין אַ באַשטימטן זין להיפּוך צום היסטאָרישן פּרינציפּ איז אַ פאָנעטישער: אַזוי ווי מען רעדט, אַזוי מען שרייבט. אַ וויכטיקע מאָדיפיקאַציע דערצו איז דער מאָרפאָלאָגישער פּרינציפּ, וואָס טענהט אַז צו דערמעגלעכן דעם באַנעם פונעם כתב איז דאָס בעסער ניט צו ברעכן די טיילן פון ווערטער, אַפילו ווען זיי ווערן אַרויסגערעדט ניט אַזוי ווי מען זיי שרייבט.

ניקוד

אַ באַזונדערע שאלה איז דער באַנוץ פון פּינטעלעך און שטריכעלעך, ד.ה. פון ספּעציעלע דיאַקריטישע סימנים.

פאַר די בגדכפ"ת קאָנסאָנאַנט אותיות, וואָס האָבן געהאַט צוויי מינים פון דער אַרויסרייד (דהיינו: פריקאַטיוו און פּלאָזיוו), האָבן די טבריהר מדקדקים אַנטוויקלט אַן אופן אונטערצושיידן די צוויי אויסשפּראַכן: רפה און דגש קל. אָט די צוויי סימנים פאַר די אותיות, וואָס זיינען ממשיך צו קלינגען צווייערליי, האָט יידיש געירשנט און ביידע – דגש און רפה – קען מען טרעפן אין היינטיקע אויסלייגן: עטלעכע שיטות ניצן (אָדער האָבן באַניצט) כמעט די פולע סיסטעם, בשעת אַנדערע קומען אויס אָן זיי אָדער פלעגן באַצייכענען בלויז איין דגש פאַרן פּא. דאָס זעלבע איז אויך אמת פאַרן פּינטל פונעם אות שׂין, וואָס געפינט זיך בלויז אין ווערטער פון לשון־קודשדיקן אָפּשטאַם.

אַנדערע סימנים זיינען די נקודות פאַר וואָקאַל קלאַנגען. שרייבנדיק יידיש ניצט מען בדרך כלל בלויז פּתח און קמץ אונטער אלף, אָבער לויט איינע תקנות זיינען זיי ניט אָבליגאַטאָריש און לויט אַנדערע מוז מען באַצייכענען ניט נאָר די ביידע, נאָר אויך ײַ פאַרן פּתח־צוויי־יודן. אַנדערע נקודות טרעפט מען זעלטן, הגם חיריק און מלופּם זאָל מען ניצן אין באַשטימטע סביבות לויט די כללים פון ייוו"אָ. אין עטלעכע פריערדיקע אויסגאַבן פלעגט מען ניצן דעם פולן ניקוד, אימיטירנדיק תנ"כישן סטיל.

פּינטעלעך און שטריכעלעך ביי קאָנסאָנאַנטן
משל ביי חרדים כלל תקנות ייוואָ אָקספאָרדער יידיש סאָוועטישער אויסלייג
טובה ב ב בֿ בֿ (וו)
באַר ב ב ב ב ב/בּ
כאַפּן כ כ כ כֿ כ
כעס כ כ כּ כ (ק)
פון פ פ פ פ פ
פּינטל פ/פּ פּ פּ פ/פּ פּ
שנאה ש ש שׂ ש (ס)
ברית ת ת ת תֿ (ס)
תשובה ת ת תּ ת (ט)
ניקוד ביי וואָקאַלן, מחיצה אלף
משל ביי חרדים כלל תקנות ייוואָ אָקספאָרדער יידיש סאָוועטישער אויסלייג
מאַן א/אַ אַ אַ אַ א
אגדה א א אַ א (אַ)
אָ א/אָ אָ אָ אָ אָ
וואו וואו וואו וווּ וואו וווּ
וואוינען וואוי וואוי וווי וואוי וווי
פריאיק יאי יאי יִיִ יאי יִיִ
ייד אי־ יי־/אי־ ייִ־ יי־ ייִ־
מזרח מ־ מ־ מי־ מ־ (מי־)
ישוב י־ י־ ייִ־ י־ (ייִ־)
בייטן יי יי ײַ יי ײַ
דהיינו יי יי ײַ יי (ײַ)
העברעאיש עאי עאי עיִ עאי עיִ

ראָמאַניזאַציעס

היימיש יידיש

היימישע יידיש איז דער וועג וויאזוי א סך יידיש-רעדערס, וואס באניצן זיך מיט יידיש אלס זייער ערשטע און מוטער שפראך,ריידן היינט צוטאגס.

ס'רוב שרייבערס פון יידיש, כולל אלע היימישע יידיש שרייבערס, ניצן זיך נאר מיט לשון־קודשדיקע אותיות (א"ב).

אויך איז דאס מער באנוצט ביי די פרומע חרדים קעגן די פרייערע, וואס נוצן דאס כלל-יידיש.

פארשיידענע סארטן היימיש יידיש:

דאס הייסט,אז עס האט נישט קיין אייזערנע כללים דערווייל אנטוויקלט, וואס יעדער קרייז האלט זיך ביי דעם, און עס איז דעריבער זייער נישט פראפעסיאנעל אן קיינע אמתדיקע אראויפגעשטעלטע יסודות.


ייוו"א יידיש

וואס מ'רופט ייווא אידיש איז דער יידישער דיאלעקט, וואס איז פארמולירט געווארן דורך די ייוו"א אינסטעטוט און ווערט גענוצט בעיקר דורך די יידישיסטן, ס'רוב ערשטע מוטער שפראך יידיש ריידערס ווייסן נישט, וויאזוי מען באניצט דאס.

נישט אלץ אין דער כלל-שפראך איז טראדיציאנעל. זייער א סך ווערטער זענען מאדערן אייגן געמאכט דורך רעוויזיאניסטן און געלערענטע לייט, אבער וויבאלד זיי האבן דאס דורכגעטאן אלס כלל-שפראך,איז דאס מער פראפעסיאנעל, ווי דאס היימיש-געמאכטע יידיש. ווי למשל שלום עליכם פלעגט שרייבן נישט יידיש נאר יודיש א.א.וו.[1]

אפילו דער פארווערטס האט זיך אין משך פון א סך יארן נישט באנוצט מיט דער כלל-שפראך. בלויז ווען די אלטע יידישיסטן זענען געשטארבן,האט מען דאס געמאכט א כלל,אז די שרייבערס,וואס ריידן נישט יידיש דארטן אין טאג-טעגלעכן באנוץ,זאלן זיך האלטן צו דער געשריבענער כלל-שפראך.[2]

עס ווערט געלערענט אין א סך קאלעדזשעס פון פראפעסארן, וואס לערנען דאס מיט סטודענטן.

שרייבן און אויסלייג

אין אמתן שרייבן און אויסלייג פון א שפראך האט נישט צו דיאלעקט. פארקערט, שלמה בירנבוים שטעלט אוועק א כלל, אז מען זאל שרייבן אויף אן אינטער-דיאלעקטישן אופן, אזוי קען יעדער איינער ליינען לויט זיין דיאלעקט.

בדרך כלל, באניצן זיך דאס נישט קיין פרומע חרדישע יידן צו שרייבן, נאר די יידישיסטן. אבער ריידן טוען יא אזוי אלע רוסיש-אפשטאמיקע. וו.צ.ב.ש. דער אלגעמיינער זשורנאל האט אן ענלעכע הברה אבער נישט די שרייבן סטיל פון די אלע נקודות און וואקאלן ווי זיי.[3]

עס איז בעיקר דער וועג פון שרייבן, וואס איז אנדערש פון סתם היימיש יידיש ווייל עס לייגט א דגוש אויף די נקודות און די וואקאלן, אזוי ווי די פראנצויזישע שפראך מיט נקודות קעגן ענגליש, וואס האט נישט קיין נקודות.

פון אירע הויפט-אויספארעמער איז געווען מרדכי שעכטער, אוריאל וויינרייך און זיין פאטער מאקס וויינרייך, אבער זייער א סך יידישיסטן זענען געווען דערקעגן פון אנפאנג אן און האבן זיך קיינמאל נישט צוגעשטעטלט דערצו, די סאמע באקאנטע זענען חיים גראדע, יודל מארק און הירשע דוד כ"ץ אבער נאך.

אנדערש ווי היימיש יידיש שרייבן א סך כלל-יידיש שרייבער אויף לאטיינישע אותיות אנשטאט בלויז לשון קודשדיקע אותיות.[4]

 
א שילד אין קרית יואל וואס איז געשריבן אויף ענגליש מיט יידישע אותיות

שלמה בירנבוימ'ס אויסלייג

די שרייבונג אָמגענומען ביי חסידים אין אמעריקע

די אונטערשײדן צווישן אויסלייגן, וואָס מען נוצט ראשית כל אין וועלטלעכע קרייזן צו ווי די חסידישע יידן שרייבן אין אמעריקע, זענען בעיקר איבער נקודות און וואקאל אותיות:

רעכטס זענען די שרייבונגען לויטן כלל־אויסלייג (רעפּרעזענטירט דורכן ייוואָ סטאנדארט) און לינקס איז די "היימיש אידיש" שרייבונג.

ייִדיש, ייִד, ייִדישיזם, ייִדנטום אד"ג אידיש, איד, אידישיזם, אידנטום אד"ג
אונדז, ריכטיק אונז, ריכטיג
א ציר"ה קומט אימער מיט צוויי־יו"דן (למשל: בלייר, אייר) נייע ווערטער וועלכע שטאמען פונעם ענגלישן פארעם ai קומט מיט עי"ן־יו"ד (בלעיר, עיר)
ר"ת און קיצורים מיט גענדזנפיסלעך (ד"ה, ז') ר"ת מיט שריפט־פונקטן (ד.ה., ז.)
שרייבן מיט שריפט־פונקטן און מיט פאראייניקטע אותיות (מײַן) שרייבן אָן שריפט־פונקטן און אָן פאראייניקטע אותיות (מיין)
וווּ, ווויל וואו, וואויל
מיזרח, מיצװה מיט א יו"ד נאכן מ"ם מזרח, מצוה (ווייל היימישע יידן זיינען יושבי בית-המדרש)

ליטוואקעס זאגן ניט און זיינען,און פוילישע יידן זאגן נישט און זענען.

לעצטנס שרייבט "דער בלאט" מיט א סך נקודות.

פאמיליע נעמען אין די אויסלענדישע חסידישע געמיינדעס, ווערן געשריבן בד"כ לויטן פארצייטישן אויסלייג, וו.צ.ב.ש. פריעדמאן, ראטה, און רויזענבערג.

פון ענגליש

  • דער דיפטאנג AU אנהייב א ווארט ווערט אין יידיש אוי (אויטא, אויטענטיש, אויסטראליע) און אין מיטן א ווארט אַװ.
  • דער דיפטאנג EU אנהייב א ווארט ווערט אין יידיש אײ (אייראפע) און אין מיטן א ווארט עװ.

זעט אויך

רעפערענצן

  1. זעט הירשע דוד קאצנס ארטיקל אין דער אלגעמיינער זשורנאל איבער דעם [1].
  2. אן ארטיקל אין פארווערטס גופא פון מרדכי שעכטערס א פלימעניק איציק גאטעסמאן, דעם היינטיקן אסיסטענט-רעדאקטער, דערציילט, וואסערע מלחמות זיין פעטער האט געפירט יארן לאנג קעגן דעם לאנגיאריקן רעדאקטער, מען זאל דאס אדאפטירן די כלל-יידיש [2].
  3. זעט ארטיקל אידישיסטן.
  4. יוגנט-רוף און ייוו"א וועב-זייטן זענען אלע אויף לאטייניש בעיקר.

ליטעראַטור

  • Birnbaum SA (1979) Soviet Yiddish. Soviet Jewish Affairs 9: 29-41
  • ה־ד קאַץ (1993) תקני תקנות. פראַגן פון יידישער סטיליסטיק. אָקספאָרדער יידיש, אָקספאָרד, 348 זז.
  • Krogh S (2013) The foundations of written Yiddish among Haredi Satmar Jews. In: Aptroot M, Hansen B (eds) Yiddish Language Structures: 63-103
  • (1992) כלל־תקנות פון יידישן אויסלייג. אָקספאָרדער יידיש, אָקספאָרד, 55 זז.
  • (1947) תּקנות פון ייִדישן אויסלייג, דריטע אויפלאַגע. יידישער וויסנשאַפטלעכער אינסטיטוט, שטוטגאַרט, 34 זז.

וועבלינקען

nl:Hebreeuws alfabet#Jiddisch