מוסטער:שלום עליכם
If you can't read Yiddish, click here.
טייערער הויך־געשעצטער חבר, ברוך בואך צו דער אידישער המכלול! די אומזיסטע און אָפענע ענציקלאָפעדיע פאַר יעדן אייניג צו ליינען און שרייבן.
שרייבן: אויב איר ווילט צולייגן אדער פארבעסערן אן ארטיקל, קען מען – און עס איז גאר ראטזאם – דאס צו טון. דרוקט אויף "רעדאַגירן" אויבן, (זעט באריכות: הילף:רעדאגירן א בלאט) און פאררעכט וויאזוי איר פארשטייט. בעפאר איר היט אייער ענדערונג איז גוט צו דרוקן "זעט אויסקוק" אונטן, דערמיט צו פארזיכערן אז אייער ענדערונג שטייט גוט אינעם בלאט. ביטע ערקלערן די אויפטו פון דער ענדערונג אינעם "קורץ ווארט" קעסטל, אדער צולייגן איינצלהייטן אינעם "שמועס" בלאט.שמועס בלעטער: העכער יעדן בלאט ערשיינט די מעגליכקייט פון "שמועס", וואס ווען מען דרוקט דערויף קומט מען אן צום שמועס בלאט פונעם בלאט. דארט קען מען ארומרעדן מיט אנדערע וועגן דעם אינהאלט פונעם ארטיקל. צום שמועס בלאט קען מען צולייגן א פרישע נושא דורכ'ן דרוקן אויפ'ן "צושטעלן טעמע" צינגל וואס געפינט זיך העכערן בלאט.
אונטערשריפט: אין המכלול שרייבט מען זיך נישט אונטער אין עצם ארטיקל, אבער מען שרייבט זיך יא אונטער נאך יעדער הערה אין דעם שמועס בלאט. כדי דאס צו טון זאל מען צולייגן פיר ~ שטרעכלעך צום סוף פונעם טעקסט וואס מען שרייבט, (אזוי: ~~~~), דאס וועט אויטאמאטיש איבערגעדרייט ווערן ביים פהיטן אלס אן אונטערשריפט וועלכע אַנטהאַלט אייער נאמען, און א לינק צו אייער באניצער בלאט, און די פונטקליכע צייט און דאַטום.
באניצער בלאט, און מעלדונגען: אלע איינגעשריבענע באניצער פארמאגן א "באניצער בלאט" און א "באניצער רעדן בלאט". דער באַניצער בלאט וואס מען קען דערצו אנקומען דורכ'ן דרוקן אויף דעם נאמען פונעם באניצער, באדינט בדרך כלל דעם באניצער כדי ארויסצושטעלן זיינע אייגענע איינצלהייטן. אין דעם רעדן בלאט קען מען אים איבערלאזן מעלדונגען. דער באניצער וועט זען ווען ער האט א נייע מעלדונג וואס ער האט נאכנישט געליינט.
געדענקט: מען טאר נישט אריינלייגן אין המכלול קיין אינהאלט וואס איז קאפירעכט באשיצט. סיי ארטיקלען און סיי בילדער- מען טאר נישט ארויפלייגן בילדער וואס מען טרעפט אויפ'ן אינטערנעט, חוץ אויב מען האט בפירוש'ע רשות דאס אהער צוברענגען.
עס איז גוט איר זאלט אריינקוקן אין די הילף אַרטיקלען וואס ערקלערן די כללים פונעם שרייבן. פאר פראבעס זיך אויסצולערנען ווי אזוי צו שרייבן און ווי אזוי צו ענדערן פרובירט זיך שפילן אין זאמדקאסטן.
מיר קוקן ארויס אויף אייערע ביישטייערונגען, און ווינטשן אייך הצלחה, מיט פיל דאנק פאר'ן זיך אנשליסן אין אונזער בשותפות'דיגן פראיעקט.
מיט דאנק
פון אלע המכלול באניצער, לייענער, און שרייבער