רוי:סרול בראנשטיין

ווערסיע פון 04:32, 23 נאוועמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "׳" ב־"'")

סרול בֿראָנשטײן (1913, שטעפֿענעשט, בעסאַראַביע – 1943, טאַשקענט, ראַטנפֿאַרבאַנד) – אידישער פּאָעט.

סרול בראָנשטײן איז געבױרן געװאָרן אין אַ פֿאַמיליע פֿון אַ בעקער אינעם דאָרף שטעפֿאנעשט אין דרום-מיזרחדיקן טײל פֿון בעסאַראַביע, דעמולט אַ געגנט אין רוסלאַנד און יעצט אין מאָלדאָװע. אין די 1930ער יאָרן האָט ער געװױנט אין בוקאַרעשט, װי ר'האָט זיך אָנגעהױבן דרוקן אין אידישע צײַטונגען און זשורנאַלן אין רומעניע, אַרײַנגערעכנט "די װאָך" (רעדאַגירט פֿונעם פּראָזאַיִקער משה אַלטמאַן) און "שױבן" (רעדאַגירט דורכן באַרימטן דיכטער און טעאַטער-דירעקטאָר יעקבֿ שטערנבערג). געדרוקט פּאָעזיִע און ליטעראַטור-קריטיק.

זײַן ערשט פּאָעזיע ביכל "מאָלדאָװע, מײַן הײם" איז אַרױס אין בוקאַרעשט אין 1938 און די צװײטע זאַמלונג "כ'האָב געעפֿנט ברײט די טױערן" - מיט אַ יאָר שפּעטער. אין 1940, װען בעסאַראַביע איז געװאָרן סאָװעטיש, איז בראָנשטײן אַהין קריקגעקומען. ער איז געװען אַ סאָלדאַט אין דער סאָװעטישער אַרמײ בשעת דער צװײטער װעלט-מלחמה, פֿאַרװוּנדיקט געװאָרן אױפֿן פֿראָנט אין 1942 און געשטאָרבן פֿון די דורכגעשאָסענע לונגען-װוּנדן אין אַ מיליטער-שפּיטאָל אין טאַשקענט, מיטל-אַזיע (יעצט אין אוזבעקיסטאַן) דעם װינטער 1943.

כ'שלעפּ אַרום אַ זאַק מיט בײנער
אױף די גאַסן צו פֿאַרקױפֿן
קײנער אָבער װיל בײַ מיר די סחורה קױפֿן
קײנער
פּאַרדאָן, כ'האָב יאָ אַ קונה אױף איר געטראָפֿן
דאַרף ער אָבער בײנער האָבן אמתדיקע טױטע
ניט װי מײַנע, לעבעדיקע און באַהױטע