רוי:סעליש
|
סעליש (אוקראיניש: Виноградів, ביז 1946: Севлюш, סלאוואקיש: Veľká Sevľuš, אונגאַריש: Nagyszőlős, רומעניש: Seleuşu Mare, דייטש: Großweinstadt) איז א שטאט אין דרום-מערב אוקראינע, נאנט צו די גרענעצן מיט אונגארן און רומעניע. די שטאט איז די פינפט גרעסטע שטאט אין זאקארפאטיע גובערניע און געפינט זיך 20 ק"מ מערב פון חוסט און 29 ק"מ מזרח פון בערעגסאז. סעליש איז די הויפט שטאט פון ווינאהראדעווער דיסטריקט אין זאקארפאטיע גובערניע. די באפעלקערונג איז געווען 25,481 אין 2011.
יידישע היסטאריע
אין 1768 האבן געוואוינט אין סעליש צוויי יידישע משפחות. אין 1921 האבן געוואוינט אין סעליש 2,913 יידן.[1] אין דעם סעלישער בית עולם ליגן רבי ישראל ברוך, פאטער פונעם בעל התניא(נפטר ח' תשרי תקנ"ב) און רבי שמואל שמעלקא קליין אב"ד סעליש, מחבר פון "צרור החיים" (נפטר ט' אדר תרל"ה).[2]
וועבלינקען
- געשיכטע פון דער שטאט (אוקראיניש)
- פערעיני שלאס אין סעליש (אונגעריש)
- נוד'סולוס (Nagyszőllős), "אנצקלופדיה של הגטאות", "יד ושם" וועבזייטל
- שמואל הכהן ויינגרטן, סעליש - ספר זכרון לקהילת סעליש והסביבה, אירגון יוצאי סעליש והסביבה בישראל, תשל"ו.
- "קהילת יהודי סליש" (העברעיש), די דאטנבאזע פון "בית-התפוצות".
רעפערענצן
- ↑ "סעליש", אויף "JewishGen" (ענגליש)
- ↑ וינוגרדוב (סעליש), "אהלי צדיקים" וועבזייטל