רוי:רבי משה טווערסקי

ווערסיע פון 17:09, 31 יאנואר 2017 דורך YI>פוילישער (←‏זיין פאמיליע)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

רבי משה טווערסקי זצ"ל (ה'תקמ"ט - י"ח טבת ה'תרכ"ו), מגיד פון קאריסטשאוו.

אפשטאם

רבי משה איז געבוירן אין יאר ה'תקמ"ט, צו זיין פאטער הרב מרדכי טווערסקי דער טשערנאבילער מגיד, א זון פון הרב מנחם נחום טווערסקי פון טשערנאביל, דער מאור עינים, א זון פון הרב צבי, א זון פון רבי נחום גאון, באקאנט אלס רבי אדם בעל שם. און צו זיין מוטער מרת שרה, א טאכטער פון הרב אהרן (הגדול) פון קארלין.

רבנות

נאך זיין פאטער'ס פטירה אין יאר ה'תקצ"ז האט רבי משה נישט געוואלט פירן קיין רעביסטעווע, האלטענדיג אז ער איז נישט פאסענט (ראוי) דערצו, הערשט עטליכע יאר שפעטער האט ער זיך געצויגן קיין קאריסטשאוו אנגעהויבן פראווען.

הסתלקות

רבי משה איז נפטר געווארן י"ח טבת ה'תרכ"ו, און ער ליגט אין קאריסטשאוו.

זיין פאמיליע

רבי משה האט געהייראט בזיווג ראשון [1] מרת חנה א טאכטער פון הרב יעקב יוסף פון אוסטראה (דער צווייטער), א זון פון הרב פנחס פון אוסטראה, א זון פון הרב יעקב יוסף פון אוסטראה (דער ערשטער), דער רב ייבי. זיינע קינדער:

  • מרת שרה חיה,

בזיווג שני האט רבי משה געהייראט א טאכטער פון הרב צבי אריה לנדא ( - י"א תשרי ה'תקע"ב), פון אליק.

זעט אויך

רעפערענצען

  • מאורי אור
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  • ספר היחס מטשרנוביל, אהרן דוד טווערסקי
  1. ספר היחס מטשרנוביל, לויט מאורי אור איז דער סדר פון די זיווגים פארקערט