רוי:בריאת העולם

ווערסיע פון 12:27, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

די יידישע מיטאס

אין תנ"ך

 
ויהי אור

אין אנפאנג ספר בראשית ווערט דערציילט אין צוויי קאפיטלאך אין וועלכע סדר האט גאט באשאפן די וועלט. לויט די תנכישע פארשער איז ביידע קאפיטלאך געשריבן געווארן דורך באזונדערע מענטשן, און זיי זיינען צוויי ווערסיעס אין די וועלט באשאפענונג. און לויט די רעליגיע טראדיציע ביידע קאפיטלאך דערציילן די זעלבע געשיכטע, און די צווייטע קאפיטל דעטאליזירט די ערשטע קאפיטל.

  • אין פרק א' ווערט דערציילט אז די וועלט איז באשאפן געווארן אין פארלויף פון 6 וואכן-טעג לויטן סדר פון נישט ארגאנישע באשעפענישן, נאכער די געוויקס, נאכער די חיות און דער מענטש.
און אזוי ווערט דערציילט: פאר די ערשטער טאג איז געווען די הימל מיט די ערד פוסט און לער, און ס'געווען טונקל איבער די וואסער. און גאט האט באשאפן מיט זיין רעדן:
  • אין פרק ב' ווערט דערציילט אז די וועלט איז באשאפן געווארן אין איין טאג.

אין דער ספר זוהר

לויט דער זוהר און די אנגענומע דעה ביי די יידישע אמונה איז אז גאט האט באשאפן די וועלט "יש מאין". אבער לויט ווי ס'זעט אויס אין אנפאנג פון ספר בראשית האט גאט באשאפן די וועלט "יש מיש", אבער ס'זיינען דא פיל פירושים לכאן ולכאן.

די בבלישע מיטאס "הענומע העליש"

די מיטאס דערציילט אז די וועלט איז באשאפן געווארן נאך די געשיכטע: פאר די בריאה זיינען געוועזן צוויי געצינער: דער גאט פון די זיסע וואסער "אפסו" און דער גאט פון די געזאלצענע וואסער "טימאס". זיי האבן געבארן דער גאט "אנשר" און פון אנשר זיינען ארויס נאך געצינער. אין א צייט ארום האבן "אפסו" מיט "טיאמס" געוואלט הרגענען אלע אנדערע געצינער ווייל זיי האבן געשטערט זייער רוהע. א צייט ארום האט דער גאט "אאה" איינגעשלעפערט "אפסו" און האט אים באלד געהרגעט. נאכער איז "מרדוך"ס ארמיי ארויס א מלחמה קעגן "טימאס" ארמיי, און מרדוך האט געווונען די מלחמה. גלייך נאך די מלחמה האט מרדוך מחליט געווען צו באשאפן די וועלט, האט ער צושניטן "טימא'ס" קערפער אויף צווייען, מיט איין טייל האט ער באשאפן די הימל און מיטן צווייטן טייל האט ער באשאפן די וועלט און באשטימט די זון/לבנה/שטערן אלץ געצינער. נאכער האבן די געניצער באשאפן דער מענטש פון א דינסט פון "טימאס" מיטן נאמען "קינגא". צום סוף האבן די אלע געניצער געמאכט א גרויסע פארטיי אויף זייער געווין.

אין אנפאנג ספר בראשית קען מען זען ווי די תורה איז מבטל די בבלישע מיטאס (און אויך די פרסישע מיטאס פון קראקאדיל) וְחֹשֶׁךְ, עַל-פְּנֵי תְהוֹם. וַיִּבְרָא אֱלֹהִים, אֶת-הַתַּנִּינִם הַגְּדֹלִים בראשית א' . גאט האט באשאפן דעם תהום און דער תהום איז נישט קיין גאט. לויט די תנכישע פארשער טרעפט מען אין אנדערע פלעצער אין תנ"ך אמונות פון די אלטע באווסטע מיטאסן פון די קריג צווישן גאט מיט די וואסער אדער מיטן קראקאדיל. הֲלוֹא אַתְּ-הִיא הַמַּחְצֶבֶת רַהַב, מְחוֹלֶלֶת תַּנִּין הֲלוֹא אַתְּ-הִיא הַמַּחֲרֶבֶת יָם, מֵי תְּהוֹם רַבָּה ישעיהו נא