באַניצער:תנא קמא/יום שבת קודש הוא
יוֹם שַׁבָּת קֹדֶשׁ הוּא איז א פיוט וואס מען זינגט ביי די קהילות פון אשכנז צווישן די זמירות שבת פון פרייטאג צונאכטס, דער נאמען פונעם מחבר איז "יהונתן".
מחבר און צייט
דער אידענטיטעט פונעם מחבר און זיין צייט איז נישט באקאנט, אויסער דעם פאקט אז זיין נאמען איז געווען יהונתן, ווי ער האט דאס פארצייכנט אינעם אקראסטיך. דאס ערשטע מאל דער פיוט איז געדרוקט געווארן איז געווען אין א סדר זמירות און ברכת המזון געדרוקט אין פראג אין יאר ער"ה.
אויסשטעל
דער פיוט באשטייט פון ניין סטראפן, וואס יעדער פון זיי אנטהאלט זעקס סטאנצן. די גראמען זענען אויסגעשטעלט אויף א קונסטליכן אופן[1], די ערשטע דריי סטאנצן גראמען אינאיינעם, און אויך די לעצטע דריי סטאנצן. דער זעקסטער שורה איז צעטיילט אין דריי חלקים, און די ערשטע צוויי דערפון זענען אין א גראם (א,א,א; ב,ב, ג,ג,ב). ווי סטראפן הייבן זיך אן מיטן אקראסטיך פון דעם נאמען פונעם מחבר "יהונתן חזק".
אינהאלט
דער פיוט איז באזירט אויף פילע דרשות פון דער גמרא און מדרש וואס פארציילן איבער די שיינקייט פונעם שבת, און דאס גרויסקייט פון איר מכבד זיין. יעדער סטראַף רעדט פון א צווייטער מימרא:
| טעקסט | אין אידיש, דורך מענדעלע מוכר ספרים אין זיין זמירות ישראל (זשיטאמיר 1875)[2] |
מאמר חז"ל | נאטיצן | |
|---|---|---|---|---|
| 1 | יוֹם שַׁבָּת קוֹדֶשׁ הוּא |
דער טאג פוּן שבּת הײליג איז ער, |
גמרא אין מסכת ביצה "לוו עלי ואני פורע" (ביצה טו, ב). | ביישפיל |
| 2 | הַבָּשָׂר יַיִן וְדָגִים |
פלײש, װײן אוּן פיש װעט איהם ניט פעהלען, |
די געשיכטע פון יוסף מוקיר שבת (שבת קיט, א). | ביישפיל |
| 3 | וְאִם שֻׁלְחָן כַּדָת עָרוּךְ |
איז דער טיש געגרײט אָרענטליך־פײן, |
ברייתא אין מסכת שבת, "רבי יוסי בר יהודה זאגט, צוויי מלאכים באגלייטן א מענטש ערב שבת פון בית הכנסת צו זיין שטוב, איינער א גוטער און איינס א שלעכטער, און ווען מען קומט אין שטוב, און מען געפינט די ליכט ברענט, דער טיש אנגעגרייט, און די בעט אויסגעשפרייט, זאגט דער גוטע מלאך 'יהי רצון אז אויף דעם קומענדיגן שבת זאל זיין אזוי' און דער שלעכטער מלאך ענטפערט אמן געצווינגענערהייט" (שבת קיט, ב). | ביישפיל |
| 4 | נָשִׁים נֵרוֹת תַּדְלִיקֶנָּה |
װײבּער אַזעלכע װאס ליכט בּענשען, |
די משנה[3] אז צוליב'ן נישט זיין נזהר אין די דריי זאכן שטארבן פרויען בשעת א געבורט. | ביישפיל |
| 5 | תְנוּ שֶׁבַח וְשִׁירָה |
גיט צוּ גאט אַ שבח אַ פײנעם, |
ביישפיל | ביישפיל |
| 6 | נֶפֶשׁ כִּי נֶאֱנָחָה |
אַז דאס הארץ װײנט, צרות טרעטען צוּ, |
ביישפיל | ביישפיל |
| 7 | חֻקּוֹתֶיהָ בְּמָרָה |
היט מען פוּן שבּת די פיל געבּאט, |
ביישפיל | ביישפיל |
| 8 | זֶּה הָאוֹת אֲשֶׁר שָׂם אֵל |
דאס איז דער צײכען פוּן גאט דעם הער, |
ביישפיל | ביישפיל |
| 9 | קוֹלֵי קוֹלוֹת יֶחְדָּלוּן |
עס הערען אױף די קולות זײנע, |
ביישפיל | ביישפיל |
- דער ערשטע סטראף הייבט אן מיט א לויב פאר דעם וואס היט שבת. עס זאגט אן אז מען זאל זיך נישט זארגן אויב דער קעשענע איז ליידיג און מען האט נישט פאר הוצאות השבת, נאר מען זאל בארגן און זיך פרייען און טרינקען ווייל דער באשעפער וועט שוין באצאלן דעם חוב. דאס איז באזירט אויפ'ן גמרא אין מסכת ביצה "לוו עלי ואני פורע"[5].
- דער צווייטער סטראף באשרייבט די אידעאלע שבת סעודה מיט די "דאזיגע דריי": פלייש, וויין און פיש, און אז מען זאל נישט פעלן אין תענוגים. עס דערמאנט די געשיכטע פון יוסף מוקיר שבת[6] אלס א ביישפיל פון דעם שכר פון מכבד זיין שבת.
- אינעם דריטן סטראף ווערט דערמאנט אז אויב דער טיש איז געדעקט כדת, וועט א ג-ט'ס מלאך ענטפערן "ברוך". דאס וועט זיין א לאנגע צייט פאר אים, און זיינע שונאים וועלן ווערן צו מיסט, און אפילו דער שלעכטער מלאך וועט אומווילנדיג מוזן לויבן דעם מענטשנ'ס נאמען וועלכע וועט געהויבן ווערן ווי א גוטע אויל.
- ביים פערטער סטראף ווערט דעמאנט די דריי מצוות פון פרויען: צינדן שבת ליכט, היטן די הלכות פון נדה, און באקן חלות. די אלע זאכן וועלן זיין זייער זכות ווען די צייט פון געבורט קומט, און אויב זיי היטן זיי און זענען פארזיכטיג, וועלן זיי געבוירן געשווינד.
- דער פינפטער סטראף לויבט ג-ט וואס האט באשאפן שבת און אויף שבת האט אונז געגעבן די תורה (ווי עס שטייט אין מסכת שבת[7]). עס באזירט זיך אויף דער גמרא וואס זאגט אז דער אויבערשטער האט געזאגט פאר משה: "איך האב א גוטע מתנה אין מיין קאמער, און איר נאמען איז שבת, און איך וויל דאס געבן פאר די אידן"[8].
- אין זעקסטער סטראף ווערט דערמאנט די רואיגקייט, פרייד און פרייליכקייט וואס קומט מיט שבת. עס איז באזירט אויפן פסוק[9] "וַיְבָרֶךְ אֱלֹקִים אֶת יוֹם הַשְּׁבִיעִי וַיְקַדֵּשׁ אֹתוֹ" אויף וואס דער מדרש[10] זאגט "ברכו במן, וקדשו במן" – אז די מן איז נישט אראפגעקומען שבת, און פרייטאג איז געקומען דאפלט.
- דער זיבעטער סטראף זאגט אז אז די געזעצן פון שבת זענען געגעבן געווארן אין מרה[11]. דערנאך זאגט עס אז די הלכות פון שבת זענען ווי בערג וואס הענגען אויף א האר, ווי עס שטייט אין מסכת חגיגה[12], ווייל ס'איז דא ווייניג פסוקים און אסאך הלכות. די וואס היטן די מצוות וועלן ירש'ען א טאג וואס איז אינגאנצן שבת מיט אירע מחנות.
- דער אכטער סטראף רעדט וועגן שבת אלס א סימן וואס ג-ט האט געשטעלט צווישן אים און די קינדער פון ישראל. עס דערמאנט דעם טייך סמבטיון וואס רוט אום שבת, אלס א באווייז פאר א כופר וואס פארלאנגט א ראי' אויף שמירת שבת. אזוי ווי די גמרא פארציילט אין סנהדרין[13] אויף טורנוסרופוס הרשע און רבי עקיבא.
דער ניינטער סטראף
דער לעצטער סטראף איז א פערזענליכער אויסדרוק פונעם דיכטער. עס רימט אויס דעם ליד, זאגנדיג אז אנדערע קולות וועלן אויפהערן ווען די רים פון זיין פאעזיע וועט וואקסן, ווייל זיינע פאעזיעס פליסן ארויס ווי טוי, און מען וועט אים נישט משיג גבול זיין. ער פירט אויס מיט א ווארנונג אז מען זאל און זיך נישט באנוצן מיט די קרוין פון פאעזיע, וואס איז אים צוגעטיילט געווארן און איז בלויז פּאסיג פאר אים. די לעצטע שורה פון "התקוששו" חזר'ט מען איבער צוויי מאל.
איבער דעם פשט פון דעם אויסערארנטליכן געדיכט, ווערט דערציילט אין נאמען פון רבי שלום רוקח פון בעלזא, אז דער מחבר פון דעם שיר האט דאס אפגעשריבן אויף א צעטל, און נאך איידער ער האט באוויזן צו ערגענצן דעם לעצטן בית איז דאס פארלוירן געווארן. א צווייטער איד האט דאס געפינען און איז ארומגעגאנגען אין שטעט דאס אפזינגען, און ער האט זיך בארימט מיט דעם שיינעם פיוט וואס ער האט אנגעבליך פארפאסט, ביז ער איז אנגעקומען צום שטאט פון רבי יהונתן, דער אמת'ער מחבר, וואס איז ערשטוינט געווארן צו הערן זיין פארלוירענעם ליד. ער האט באלד גענומען שרייען אז דאס איז זיינס און יענער איז א שווינדלער, און עס האט אויסגעבראכן א קריגעריי ווער עס איז גערעכט, ביז רבי יהונתן האט אים געפרעגט אויף וואס איז די אקראסטיך באזירט, און יענער האט נישט געוואוסט צו ענטפערן ווייל ס'איז נאכנישט געווען ערגענצט, האט רבי יהונתן ערקלערט אז דאס איז זיין נאמען "יהונתן חזק" און יעדער האט אים גערעכט געגעבן דערויף[1].
אנדערע פארציילן די מעשה אז די פארזאמלטע האבן געזאגט, אז מען וועט אויספרובירן און זען ווער עס וועט קענען ערגענצן דעם פעלנדן סטראף, אז עס זאל פאסן לויטן געבוי פון פיוט, דאס איז א ראי' אז ער האט דאס געמאכט, און רבי יהונתן האט דאס שיין און פאסיג צוגעענדיגט, אריינגעבנדיג פאר יענעם. דאס שטימט מיט א גירסא פון כתב יד "בבית שירי יגדלון" - ווען איך וועל פארגרעסערן דעם לעצטן בית פאר מיין שיר[14]. געוויסע מפרשים טייטשן "יגדלון" א לשון פון פלעכטן די גראמען פאר'ן שיר[15].
געוויסע מפרשים לערנען אנדערע פשטים אז ס'זאל אריינפאסן מיטן גאנצן פיוט. אז עס גייט ארויף אויף ביאת המשיח, ווען די קולות פון די גוים וועלן פארשטומט ווערן, און די אידן וועלן זינגען שירה, אדער אז עס גייט ארויף אויפ'ן סמבטיון וואס לאזט נאך פון זיינע קולות אום שבת אין די צייט וואס מען זינגט שירה[16]. איין מקור פארשטייט דעם סטראף אויך אלס א תפילה פון דעם פייטן צום אייבערשטן, אז אין זיין צייט זאל די אידישע גלויבן, וועלכע איז איידל ווי טוי, איבערקומען די קולות פון אלע קעגנער וועלכע זוכן צו פארניכטן עס[17].
מנהגים
עס איז פארפאסט געווארן א צאל ניגונים צוגעפאסט צו דעם ליד, און אויך איז פארהאן אין געוויסע קהילות א נוסח מיט וואס מען זינגט דעם פיוט.
אין טייל חסידישע הויפן פירט מען זיך צו אויסלאזן די ערשטע העלפט פונעם זמר און אנהייבן "תנו שבח ושירה". די טעם ווערט אנגעגעבן ווייל מען וויל נישט דערמאנען דעם שלעכטן מלאך וואס ווערט געברענגט אינעם דריטן סטראף[18].
אין וויזשניץ פירט מען זיך צו זינגען דעם פיוט פון תנו שבח בלויז אויף שבת פרשת משפטים, און מען האט איבערגעזינגען די ווערטער "נפש כי נאנחה בא שבת בא מנוחה" מערערע מאל אין א צי. דער אהבת ישראל האט דאס נישט געלאזט זינגען אין אן אנדערע וואך[19].
עס איז פארהאן א צאל ניגונים אויף ווערטער וואס ערשיינען אין דעם פיוט, צווישן זיי א באקאנטער ניגון אויף די ווערטער "שׁוֹמְרֵי מִצְוֹתֶיהָ ינְחָלוּ, לְיוֹם שֶׁכֻּלּוֹ, שַׁבָּת בְּצִבְאוֹתֶיהָ; זֶּה הָאוֹת אֲשֶׁר שָׂם אֵ-ל בֵּינוֹ וּבֵין בְּנֵי ישְׂרָאֵל", פארפאסט דורך א בעלזער חסיד יודל איינהארן[20], און עטליכע ניגונים אויף די ווערטער "תְנוּ שֶׁבַח וְשִׁירָה, לָאֵ-ל אֲשֶׁר שַׁבָּת בָּרָא", אריינגערעכנט עטליכע ניגונים וואס מען זינגט אין באבוב[21].
דרויסנדיגע לינקס
- דער פיוט תנא קמא/יום שבת קודש הוא, אויף הפיוט והתפילה וועבזייטל
- עידו חברוני, יום שבת קודש הוא - עיון בפיוט אויף הפיוט והתפילה וועבזייטל
- יום שַׁבָּת קודֶשׁ הוּא, אויף "דעת"
- יום שבת קדש הוא - מודז'יץ, ניגון אויף הרב יצחק גינזבורג - Topic קאנאל אויף יוטיוב (לענג: 06:00)
- תנו שבח-באבוב, ניגון אויף יוסף משה כהנא - Topic קאנאל אויף יוטיוב (לענג: 3:59)
- שומרי מצוותיה-בעלזא, ניגון אויף יוסף משה כהנא - Topic קאנאל אויף יוטיוב (לענג: 6:22)
- תנו שבח, ניגון אויף Avraham Fried - Topic קאנאל אויף יוטיוב (לענג: 04:16)
- חוקותיה, ניגון אויף Mordechai Ben David - Topic קאנאל אויף יוטיוב (לענג: 06:05)
רעפערענצן
- ↑ 1.0 1.1 אברהם הכהן פון אנאניא, מטיב נגן, ווארשע, תרל"ט, עמ' 4–5.
- ↑ אלע ווערק, אכטער באנד, זז' 29–33.
- ↑ שבת לא, ב.
- ↑ פארהאן וואס זענען גורס אנדערש, כדי עס זאל שטימען מיט די גראם פון די אנדערע בתים.
- ↑ ביצה טו, ב.
- ↑ שבת קיט, א.
- ↑ שבת פו, ב.
- ↑ ביצה טז, א.
- ↑ בראשית ב, ג.
- ↑ בראשית רבה, פרשה י"א; אויך געברענגט אין רש"י, שמות כ, י.
- ↑ רש"י, שמות טו, כה.
- ↑ חגיגה י, א.
- ↑ סנהדרין סה, ב; בראשית רבה, פרשה י"א.
- ↑ נתן פערלמאן, קובץ בית אהרן וישראל גליון קי (כסלו טבת תשס"ד) זז' קלח–קמ, און גליון קיג זייט קנב[מקור פארלאנגט: נישט געפונען דארט].
- ↑ סידור בית יעקב; עץ יוסף.
- ↑ סידור בית יעקב; לחם רב.
- ↑ חברוני, הפיוט והתפילה.
- ↑ ליקוטי מהרי"ח, סדר סעודת ליל שבת, ד"ה יום שבת.
- ↑ בעריש ויינברגר, עדות ביהוסף, תשס"ב, עמ' ס"ה.
- ↑ שומרי מצוותיה, אויף jyrics.
- ↑ דער קדושת ציון פון באבוב, ברוקלין, תשע"ג (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן).