רוי:רבי מאיר בעל הנס
|
|
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
רבי מאיר בעל הנס איז א נאמען וואס איז באקאנט אין צוזאמענהאנג מיט די צדקה-קאסעס פאר ארעמע אידן אין ארץ ישראל. געבן צדקה לעילוי נשמתו און דערמאנען "אלקא דמאיר עננו", איז אן אנגענומענער סגולה צו געהאלפן ווערן מיט א ישועה. זיין קבר געפינט זיך אין טבריה און איז א צוצואינגס פונקט פאר תפילות, און בעיקר אין י"ד אייר - פסח שני, ווען ס'איז אנגענומען אלס זיין יארצייט.
אידענטיטעט
די ספר "יחוס הצדיקים" (רשימות פון די קברים אין ארץ ישראל, שאלוניקי ה'רפ"ז) איז דער ערשטער מקור וואס דערמאנט א חכם מיטן טיטל "רבי מאיר בעל הנס" און זיין קבר אין גוש חלב[1].
דער אנגענומענער שטעלונג איז, אים צו אידענטיפיצירן מיט דעם תנא רבי מאיר. אזוי קומט אויס אויך פון די תפילה "אלקא דמאיר עננו", וואס באציט זיך אויפן תנא רבי מאיר. [די שייכות פון רמבעה"ן מיט אלקא דמאיר עננו איז שוין געברענגט אין ספר כתר שם טוב (תקנ"ד)[2].]
לויט דער אר"י הקדוש ליגט דער תנא רבי מאיר אין טבריה (און ער לייגט אויך צו אז ער איז באַגראָבן געווארן שטייענדיג)[3]. ווייזט אויס פון דעם אז דער קבר אין טבריה פון "רבי מאיר בעל הנס" איז טאקע פונעם תנא רבי מאיר. אבער געוויסע צייגן אן אויף דעם וואס אין יחוס הצדיקים ווערט באצייכנט דער קבר פונעם תנא רבי מאיר אין טבריה, און דעם קבר פון רבי מאיר בעל הנס אין גוש חלב. ווייזט אויס אז ער איז נישט דער זעלבער ווי דער תנא רבי מאיר, און דער קבר אין טבריה איז טאקע נישט פון רבי מאיר בעל הנס[4].
טייל טענה'ן אז עס האט בכלל נישט עקזיסטירט איינער מיט דעם נאמען. געוויסע שפעקולירן אז דער מקור איז, צוליב וואס די צדקה קאסעס זענען געווען אויפן נאמען פונעם רמב"ן, צו שטיצן דעם ישוב אין ארץ ישראל, און שפּעטער האָט מען אומריכטיג פאַרשטאַנען די ראשי תיבות "רמב"ן" אלס "רבי מאיר בעל [ה]נס"[5].
אנדערע ווילן זאגן אז דער רבי מאיר וואס ליגט אין גוש חלב איז רבי מאיר קצין, פון די בעלי התוספות פון פראַנקרייך. רבי יעקב פון פּאריז (ארום 750 יאר צוריק) דערמאנט קברים אין גוש חלב, צווישן אנדערע, פון רבינו מאיר קאצון און זיין ווייב[6].
אין "סדר הדורות", שרייבט ר' יחיאל היילפרין (18טן יאָרהונדערט) אַז אין גוש חלב זענען באַגראָבן שמעיה, אַבטליון, ר' יצחק גוש חלב, און ר' מאיר בעל הנס, אָבער ער זאָגט "איך ווייס נישט ווער די צוויי זענען", וואָס איז חידוש ווייל ר' מאיר תּנא איז זייער באַקאַנט.
"אלקא דמאיר ענני"
עס איז אן אנגענומענער מנהג, אין א עת צרה אדער ווען מען דארף א ישועה, צו געבן צדקה לעילוי נשמת רבי מאיר בעל הנס און זאגן דריי מאל "אלקא דמאיר ענני" (ג-ט פון מאיר, ענטפער מיר), און דאס געלט געבט מען פאר ארעמעלייט אין ארץ ישראל.
דער מקור פון דער תפילה "אלקא דמאיר ענני" קומט פון א געשיכטע אין גמרא[7]. ווען די רוימער האבן גע'הרג'עט רבי חנינא בן תרדיון און פאראורטיילט זיין טאכטער צו א בית זונות, האט איר שוועסטער, ברוריא, געבעטן איר מאן, רבי מאיר, איר צו ראטעווען. רבי מאיר איז געגאנגען געקליידעט ווי א רוימישער סאלדאט, מיט געלט. ער האט פארגעשלאגן פארן שומר געלט איר צו באפרייען. דער שומר האט זיך געזארגט וואס וועט זיין ווען דאס געלט ענדיגט זיך, האט אים רבי מאיר געהייסן זאגן "אלקא דמאיר ענני" אויב ער וועט זיין אין צרה. רבי מאיר האט אים באוויזן די כח פון די ווערטער, זאגנדיג די פראזע צו הינט וואס האבן אים אטאקירט, און זיי האבן אים אפגעלאזט.
דער חיד"א צייכנט צו אז די געשיכטע איז דער מקור פארן מנהג צו זאגן "אלקא דמאיר ענני" אין א צרה, און צוזאגן אויל (ליכט) אדער צדקה פאר די נשמה פון רבי מאיר[8]. דאס צייגט אז רבי מאיר בעל הנס איז טאקע פארבינדן מיטן תנא רבי מאיר.
דער צוזאמענשטעל פון צדקה פאר רבי מאיר בעל הנס מיט "אלקא דמאיר עננו" ווערט שוין געברענגט אין ספר "כתר שם טוב" (תקנ"ד)[2], בשם דעם בעל שם טוב, ווי פאלגנד: "ווער עס איז אין א סכנה אדער ער ברויך א נס, זאל ער געבן 18 גדולים (גילדן) פאר ליכט אין בית הכנסת, און ער זאל ארויסזאגן מיטן מויל: אני מנדר אותן ח"י גדולים לנרות בשביל נשמת רבינו מאיר בעל הנס, אלקא דמאיר ענני אלקא דמאיר ענני אלקא דמאיר ענני, ובכן יהי רצון מלפניך ה' אלקינו ואלקי אבותינו כשם ששמעת את תפלת עבדך מאיר ועשית לו ניסים ונפלאות כן תעשה עמדי ועם כל ישראל עמך הצריכים לנסים נסתרים ונגלים אכי"ר."
לויט דער מהרש"א, איז "אלקא דמאיר עננו" א תפלה צו השי"ת וואס איז "מאיר לארץ וְלַדָרִים עליה[9]" און וואס האט אונז "באלויכטן" און געראטעוועט ביי דעם נס פון חנוכה[10].
רבי יעקב שאלתיאל ניניו ערקלערט דעם מנהג צו געבן צדקה אויפן נאמען פון רבי מאיר, לויט דער גמרא אז באמת וואלט מען נישט געמעגט געבן צדקה ווייל השי"ת האט יענעם בדווקא פארארעמט און ער וויל נישט אז מ'זאל אים אויפרעכטן. אבער נאר אויב אידן הייסן "בנים למקום" וויל דער אויבערשטער אז מ'זאל זיי העלפן[11]. דערפאר צוליב וואס רבי מאיר האלט אז "בין כך ובין כך קרויים בנים" - אידן ווערן אלעמאל באטראכט ווי ג-ט'ס קינדער, אומאפהענגיג פון זייערע מעשים[12], איז לשיטתו געבן צדקה א מעלה און א זכות[13].
דער מונקאטשער רב ברענגט איבער דעם עטרת צבי, אז זייענדיג קראנק ל"ע אזש ער איז שוין געווען אין א מצב פון גסיסה, האט ער אנגעוויזן צו געבן צדקה פאר רמבעה"ן פושקע, אנגעבנדיג א הסבר, ווייל דער כלל איז "רוב גוססין למיתה"[14], אבער רבי מאיר איז "חושש למיעוטא", ער גייט נישט דווקא מיטן רוב[15]. דערפאר נוצט מען רבי מאיר'ס זכות און שיטה וואס נעמט ערנסט דעם מיעוט, אז אפילו א גוסס קען איבערלעבן. דער שם שלמה האט צוגעלייגט צו דעם אויך ווען דער מענטש פארמאגט רוב זינד, וועט דער זכות פון רבי מאיר איבערוועגן די מיעוט מצוות און ער וועט פאררעכנט ווערן אלס ערליכער איד[16].
געבן צדקה לעילוי נשמת רבי מאיר איז אויך אנגענומען אלס א סגולה ספעציעל צו געפינען פארלוירענע חפצים.
כוללים און פּושקעס
עס האט זיך איינגעפירט אז צדקה פאר ארעמע בני תורה אין ארץ ישראל טראגט דעם נאמען "רבי מאיר בעל הנס". פון די ת"ק יארן און ווייטער האט זיך דער "רבי מאיר בעל הנס פושקע" געפונען כמעט אין יעדן אידישן הויז. בעיקר פלעגט אריינווארפן געלט אין דער פושקע באלד פארן צינדן שבת ליכט. די פושקע האט אויך סימבאליזירט די בענקשאפט נאך ארץ ישראל[17].
טייל זאגן אז רבי משה אלשיך און דער בית יוסף האבן ארויסגעגעבן א תקנה, אז געלט וואס איז געגעבן אויפן נאמען פון רבי מאיר זאל גיין בלויז פאר די ארעמע אין ארץ ישראל, אבער עס איז נישט באקאנט קיין שריפטליכער מקור דערפאר[18].
עס עקזיסטירן פילע צדקה ארגאניזאציעס וואס טראגן דעם נאמען "צדקת רבי מאיר בעל הנס", וואס זענען הויפּטזעכליך באשטימט צו שטיצן די ארעמע בני תורה אין ארץ ישראל. עטליכע פון די באקאנטע כוללים זענען:
- כולל חבת ירושלים - דער גאליציאנער כולל
- כולל שומרי החומות - דער אונגארישער כולל.
- כולל חב"ד
- כולל פּוילן
- כולל וואָהלין
- כולל אהבת ציון - דער זיבנבערגן כולל
- כולל סלאנט
- כולל מונקאטש ועשרה גלילות - דער בעצירקן כולל[19]
היסטאריש זענען געווען פילע מחלוקות צווישן די כוללים, בעיקר וועגן די געגנטער וואו זיי פארמאגן די רעכטן צו איינקאסירן צדקת רמבעה"ן. יעדער געגנט האט געהאט זיין כולל, און מען האט שטארק מקפיד געווען נישט צו מישן די כוללים.
אין תרפ"ג זענען געווען טענות אז די לאקאלע אפיסעס אין אמעריקע פון שומרי החומות האבן נישט געשיקט דאס געלט קיין ירושלים פאר 5 חדשים, נאר געניצט עס פאר זייערע אייגענע אויסגאבן[20].
די משכילים, יוסף פערל ימ"ש און אנדערע, האבן געפירט א קאמף מיט די רבי מאיר בעל הנס פּושקעס. שפעטער האט די קק"ל געפירט א ענליכע מערכה צו באשמוצן די ארץ-ישראל גבאים, מיטן ציל אז מען זאל זיי אויפהערן געטרויען און שיקן די פושקע געלט בלויז פאר די קק"ל.
קבר אין טבריא און הילולא
דער קבר פון רבי מאיר בעל הנס געפינט זיך אין טבריה, ביי דער דרומ'דיגער אריינגאנג פון שטאט. דער קבר איז א צענטער פון עליה לרגל און תפילה טאג-טעגליך. די צאל באזוכער ביים קבר אין טבריה ווערט געשאצט אויף צוויי הונדערט טויזנט מענטשן א יאר. א גרויס טייל זענען רעליגיעזע (22% חרדים, 29% דתיים), אבער כמעט האלב פון די באזוכער זענען נישט רעליגיעז[21]. דער שיינער פאנעראמע נאנט צום כנרת, און די פארבונדענע געשיכטעס פון נסים, ציען א סאך באזיכער און שאפן זיי א דערהויבענער געפיל[22].
אויפן ארט פונעם קבר זענען דא באַזונדערע אפטיילונגען פאַר אשכנזים און ספרדים. די ספרדים האבן געבויט זייער חלק צוערשט, אבער די אשכנזים האבן נאר געקענט געפינען פינאנצירונג נאך שנת תר"ע. שפּעטער האט די משפחה ספרא שטארק איבערגעבויט דעם ספרד'ישן חלק. ביים קבר אין טבריא זענען פארבונדן וואונדערליכע מעשיות, למשל מיט שטיינער וואס האבן זיך אליין צוריקגעשטעלט ביים בויען אין תרכ"ז[23].
רבי משה באסולא, אַ רייזנדער פון 500 יאָר צוריק, דערציילט אז ער האט געזען מענטשן זיך צונויפזאמלען דארט פאר תפילות אינדערפרי און ביינאכט. עטליכע זאגן, לויט אים, אַז עס איז דער קבר פון איינעם מיטן נאָמען ר' מאיר וואָס האָט געמאַכט אַ נדר נישט צו ליגן ביז משיח וועט קומען, און איז דארט באגראבן געווארן שטייענדיג.
יאר יערליך ווערט געפייערט א "הילולא" לכבוד רבי מאיר בעל הנס אין י"ד אייר, פּסח שני. די הילולא ווערט געפייערט מיט מוזיק און טענץ, ענליך צו די הילולא פון רבי שמעון בר יוחאי אין מירון. דאס איז איינגעפירט געוואָרן הערשט אין יאר תרכ"ז, ווען די ספרדישע קהילה פון טבריה האט באנייט א בית המדרש אויפן ארט פונעם קבר.
געוויסע האבן אויסגעדרוקט קעגנערשאפט צו דעם ניי-פאבריצירטן יום טוב[24], און רבי מאטל סלאנימער האט פארעפנטליכט א שארפער בריוו דערקעגן[25].
ווי דערמאנט, כאטש דער קבר פון רבי מאיר בעל הנס איז באוואוסט צו זיין אין טבריה, זענען דא מקורות וואס צייכענען אן א קבר אויף זיין נאמען אין גוש חלב.
ביבליאגראפיע
- ישעיה אשר זעליג מיללער, "על ה'סדר הדורות' מקורותיו ומהדורותיו (ב)", אין קובץ אור ישראל נד, טבת תשס"ט, עמ' רלג–רלו.
לינקס
- רבי מאיר בעל הנס - פסח שני, אשכול אין אייוועלט
- תולדות הכוללים לצדקת רמבעה"נ והמסתעף, אשכול אין אייוועלט
- ↑ יחוס הצדיקים מנטובה ה'שכא- 1561, דף יז.
- ↑ 2.0 2.1 כתר שם טוב (הוצאת קה"ת) חלק ב, סימן שפח.
- ↑ שער הגלגולים, הקדמה ל"ז.
- ↑ זע ישעיה אשר זעליג מיללער, אין קובץ אור ישראל, עמ' רלג-רלו.
- ↑ ראובן מרגליות, לחקר שמות וכינויים בתלמוד, עמוד כ"ה.
- ↑ אוצר מסעות, ז' 69.
- ↑ עבודה זרה י"ח ע"א-ע"ב.
- ↑ חיד"א, פתח עינים, על מסכת עבודה זרה דף י"ח ע"ב: "מזה נשתרבב המנהג בכל גלילותנו דעל כל צרה שמתפלל האדם אומר אלקא דר"מ ענני, ונודרים שמן או צדקה לנשמתו של ר"מ". אינטערעסאנט איז אז ער לייגט צו "רבי" - "אלקא דרבי מאיר ענני".
- ↑ נוסח ברכת "יוצר אור", הברכה הראשונה שלפני קריאת שמע של שחרית.
- ↑ מהרש"א, חידושי אגדות על מסכת עבודה זרה דף יח עמוד ב.
- ↑ בבא בתרא י' ע"א: "וזו שאלה שאל טורנוסרופוס הרשע את ר"ע: אם אלהיכם אוהב עניים הוא מפני מה אינו מפרנסם, א"ל כדי שניצול אנו בהן מדינה של גיהנם, א"ל [אדרבה] זו שמחייבתן לגיהנם אמשול לך משל למה הדבר דומה למלך בשר ודם שכעס על עבדו וחבשו בבית האסורין וצוה עליו שלא להאכילו ושלא להשקותו והלך אדם אחד והאכילו והשקהו כששמע המלך לא כועס עליו ואתם קרוין עבדים שנאמר כי לי בני ישראל עבדים. אמר לו ר"ע אמשול לך משל למה הדבר דומה למלך בשר ודם שכעס על בנו וחבשו בבית האסורין וצוה עליו שלא להאכילו ושלא להשקותו והלך אדם אחד והאכילו והשקהו כששמע המלך לא דורון משגר לו ואנן קרוין בנים דכתיב בנים אתם לה' אלהיכם."
- ↑ קידושין לו, א.
- ↑ רבי יעקב שאלתיאל ניניו, אמת ליעקב, מערכת רי"ש, עץ חיים אות עד, דף צ"א ע"א
- ↑ גיטין כ"ח ע"א
- ↑ יבמות קי"ט ע"א
- ↑ דברי תורה, מהדורה קמא, ט..
- ↑ Meir Havazelet, "Meir Ba'al Ha-Nes, Tomb of", Encyclopaedia Judaica, 2007.
- ↑ זעט: מחקרים בספרי התשובות, מעות רבי מאיר בעל הנס; קובץ היכל הבעל-שם-טוב, גיליון יא, עמוד 127; שדי חמד, אסיפת דינים, ארץ ישראל סימנים ז-ח.
- ↑ בעצירקן = גלילות
- ↑ Says "meshullachim" Took Money Intended for Jerusalem, Jewish Telegraphic Agency, אוגוסט 24, 1923.
- ↑ קולינס־קריינר, המאפיינים והפוטנציאל התיירותי של עלייה לרגל לקברי צדיקים, עמ’ 87.
- ↑ זאב בן אריה, קבר רבי מאיר בעל הנס בטבריה, אויף תרבויות עולמי, פעברואר 3, 2021.
- ↑ ישראל שפירא, קבר רבי מאיר - אשכנזי וספרדי; מדוע זה כך?, אויף כיכר השבת, 2021-04-23.
- ↑ רבי שלמה אליעזר מרגליות, עניני הילולא דרשב"י, געדרוקט אין טעמי המנהגים, עמוד רסב, בהערה: "בדרך אגב באתי להעיר שיום פטירת התנ"א רבי מאיר בעל הנס לא נזכר בשום מקום, וחדשים מקרוב באו ובדו מלבם חג חדש, כאילו יום פסח שני הוא היא"צ של רמבעה"נ, וידועה כוונתם בזה שיסדו זאת בעסקם בדררא דממונא והמב"י". ער ברענגט אויך צו פונעם ראשון לציון רבי אברהם אשכנזי, אין זיין הסכמה אויפן קונטרס כבוד מלכים פון רבי שמואל העליר, וואס נאכן ערקלערן דעם באדייט פונעם שמחה ביים הילולא דרשב"י, לייגט ער צו: "וזה לא יגהה מזור על מה שחדשים מקרוב שמעתי שעושין על קבר התנ"א רבי מאיר בעל הנס זיע"א".
- ↑ זיין בריוו איז צוגעברענגט דארט אין טעמי המנהגים: "ועשו מנהג אותיות גהנם… בפומביות ובתערובת כזה, שבוודאי אין רוח התורה והחכמים האמיתיים המבינים נוחה מזה… יש להם לזכור ולבטל המנהג הזה מכל וכל ולא יעברו על בל תוסיף בחג הבדוי הזה, שקראו להם הבריונים החג המסורתי, והוא באמת החג המסורסי שהוא מסורס מדעת החכמים המבינים… לכן כהיום הננו מוחים בהחג הזה ובסדר הזה ומגלים דעתינו בזה שלא באלה חלק יעקב, ושלום על ישראל". רש"א מרגליות לייגט צו: "דברי רבינו הנאמנים שיצאו מלב טהור, פעלו לטובה, שאצל אחינו האשכנזים בוטלה הצרמוניה של החג הבדוי".