שמועס:מגילת אנטיוכוס


לעצטע תגובה: מאנטאג 23:26 פון תנא קמא אין די טעמע נעמען
צושטעלן טעמע

נעמען

"מְגִילַּת אַנְטִיוֹכוֹס (ווערט אויך גערופן מגילת בני חשמונאי, מגילת בית חשמונאי און מגילת חנוכה)".

די מגילה האט צוויי נעמען: דער היסטארישער נאמען 'מגילת בני חשמונאי', און דער היינט-באקאנטער נאמען 'מגילת אנטיוכוּס' (מיט א מלאפום!). אלעס אנדערש איז דמיונות.

און א דאנק פארן נישט ברענגען דעם נאמען 'מגילה יוונית', וואס כ'מיין אז זעליגמאן בער האט עס פאבריצירט.

הצלחה ספריאל (שמועס) 02:11, 4 מערץ 2025 (UTC)ענטפער[ענטפער]

פון וואו קומען טאקע אלע די נעמען? (אלע מלקטים ברענגען עס אראפ) שווערמער (שמועס) 03:50, 4 מערץ 2025 (UTC)ענטפער[ענטפער]
יעדער קאפירט פון יעדן, און אזוי פארט א באן... ספריאל (שמועס) 05:08, 4 מערץ 2025 (UTC)ענטפער[ענטפער]
איינמאל די באן פארט שוין, איז ווערט צו ברענגען אלע פאפולערע נעמען, כאטש אין א הערה (גוט פאר SEO אויך...). העכסטנס צייכנט מען צו אז דאס זענען נישט ריכטיגע/אריגינעלע נעמען. —תנא קמא 📖 💬 16:33, 4 מערץ 2025 (UTC)ענטפער[ענטפער]
גערעכט, אבער די נעמען זענען בכלל נישט פאפולער. קיינער ווייסט נישט פון זיי צו זאגן - חוץ די ענציקלאפעדיעס. ספריאל (שמועס) 17:23, 4 מערץ 2025 (UTC)ענטפער[ענטפער]
קען מען שרייבן "גרייזיג גערופן דורך טייל" וכדו'. ווי תנא קמא זאגט איז עס וויכטיג פאר ווען מ'וועט גרייזיג זוכן פאר די אומריכטיגע נאמען... עברי אנכי (שמועס) 17:34, 4 מערץ 2025 (UTC)ענטפער[ענטפער]
קיינער רופט עס נישט אזוי, ניטאמאל אלס גרייז. און קיינער וועט נישט זוכן די נעמען, ווייל קיינער ווייסט נישט אז זיי עקזיסטירן בכלל. ספריאל (שמועס) 18:29, 4 מערץ 2025 (UTC)ענטפער[ענטפער]
לגבי מגילת אנטיוכוס, עס ווערט שוין אזוי גערופן אין תוס' רי"ד, אלזא לאו דווקא בלויז היינט-באקאנט. שווערמער (שמועס) 03:00, 5 מערץ 2025 (UTC)ענטפער[ענטפער]
כ'מיין די געדאנק שבו... ספריאל (שמועס) 14:56, 5 מערץ 2025 (UTC)ענטפער[ענטפער]
איך האב יעצט צוגעלייגט "מגילת מתתיהו" מיט א לינק צו אזא ספר. —תנא קמא 📖 💬 23:26, 10 מערץ 2025 (UTC)ענטפער[ענטפער]
צוריק צו "מגילת אנטיוכוס" בלאט.